אַ װיזיט קיין טערקײַ בײַט מײַן אײַנדרוק פֿון אים

A Visit to Turkey Alters My Impression of It

אויף דער הויפּטגאַס אין איסטאַנבול
Kadir Incesu
אויף דער הויפּטגאַס אין איסטאַנבול

פֿון דניאל גלאַי

Published October 22, 2017.

טערקײַ איז בײַ די ישׂראלים אַ צוציִיִקער טוריסטן־צענטער — אַ מיטל־מזרחדיקע מדינה מיט שיינע ים־ברעגן און כּל־המינים קולינאַרע פּאָטראַװעס; די פֿלי־רײַזע דויערט ניט מער ווי צוויי שעה און די פּרײַזן זענען בסך־הכּל זייער צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם. 

דערפֿאַר פֿאָרן טויזנטער ישׂראלדיקע טוריסטן יעדעס יאָר קיין טערקײַ און קומען פֿון דאָרט צוריק אַנטציקטע. פֿון מאָל צו מאָל ברעכט אויס אַ דיפּלאָמאַטישער קריזיס צװישן ישׂראל און טערקײַ ווײַל, ווי געוויס, איז די מערהײט דאָרט אַ מוסולמענישע און זייער שטיצע צו די פּאַלעסטינער — כּמעט אַן אויטאָמאַטישע. 

פֿון מײַנעט וועגן איז אַזוי: אַהין וווּ דער המון פֿליסט, האַלט איך זיך אָפּ פֿון פֿאָרן, און קיין טעלעוויזיע־רעקלאַמעס — צי מיט אַ בולטן פּירסום צי מיט אַ פֿאַרהוילענעם — וועלן מיך ניט איבערצײַגן צו פֿליִען אין דער ריכטונג. ביז…

ביז אין אַ געוויסן טאָג, דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל, האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג זיך צו באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם „ערדטאָג” וואָס וועט באַהאַנדלען די טעמע „טעכנאָלאָגיע, קונסט און טאַנץ־אָפּערע”. כ׳האָב דאָרט געזאָלט רעדן וועגן דער שאַפֿונג „די טאַנצנדיקע אַנאַ פֿראַנק” באַזירט אויפֿן ליברעטאָ פֿונעם טערקישן פּאָעט און מענטשנרעכט־אַקטיוויסט, טאַריק גיונערסעל. וועדאַט אַקדאַמאַר, גרינדער פֿון פֿאַרלאַג „אַרטשאָפּ פּאַבלישערס”, איז געווען דער אָרגאַניזאַטאָר און גאַסטגעבער פֿון דער אוטערנעמונג אין וועלכער ס׳האָבן זיך אויך באַטייליקט אַ באַקאַנטער דראַמאַטורג און רעזשיסאָר — עמרע ערדעם, און דער קראָאַטישער קולטור־אַקטיוויסט וולאַדימיר באָגדאַניטש, איניציאַטאָר פֿון אַן אָפּערע וועגן ניקאָלאַס טעסלאַ, דעם וועלט־באַרימטן קראָאַטישן פֿיזיקער.

אין פּובליקום זענען געזעסן שרײַבער, קינסטלער און אינטעלעקטואַלן וואָס האָבן, אַ פּנים, געדאָרשט נאָך אַ לעבעדיקן קאָנטאַקט מיט אויסלענדער. די אַטמאָספֿער איז געווען אַ גאָר וואַרעמע און איך, װי אַ ישׂראלישער בירגער, האָב ניט געפֿילט קיין שום פֿײַנטלעכע וויבראַציעס. ס’איז בײַ מיר טאַקע געווען אַ גרויסע פֿאַרלײַכטערונג, ווײַל פֿאַר מײַן רײַזע האָב איך זיך אַ ביסל געזאָרגט וואָס וועל איך דאָרט אָנטרעפֿן.

שפּאַצירנדיק אויף די גאַסן פֿון צענטער איסטאַנבול האָב איך באַמערקט שטראָמען פֿון יונגע לײַט וועלכע באַזוכן די פֿול־געפּאַקטע קראָמען מיט כּל־מיני סחורות, ווי אויך אָן אַ שיעור רעסטאָראַנען. דאָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ געוואַלדיקן, פּאָזיטיוון רושם. ס׳איז לײַכט זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ סך פֿון די יוגנטלעכע האָבן אַרײַנגעוואַנדערט פֿון דער פּראָווינץ, פֿון צוריקגעשטאַנענע דערפֿער, קיין איסטאַנבול און די דאָזיקע הויפּטשטאָט איז בײַ זיי אַ ריזיקע איבערלעבונג און אויך, פֿאַרשטענדלעך, אַ געלעגנהייט זיך אײַנצוגלידערן אין אַן אורבאַנישן אַנטוויקלטן צענטער. 

אין די עטלעכע טעג וואָס כ׳האָב געווײַלט אין איסטאַנבול, די שטאָט מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג אין טערקײַ, האָב איך זיך ניט אָנגעטראָפֿן מיט קיין פֿאַל פֿון אַ גאַסן־געשלעג אָדער סיכסוך, ווי ס׳געשעט אָפֿט בײַ געדיכט באַפֿעלקערטע שטעט מיט אַ הויכן פּראָצענט יונגוואַרג. ס׳האָט אויף מיר געלאָזט אַ שטאַרקן רושם.

אויך דער באַזוך אין אָרטיקן מלוכישן אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן פּאָזיטיוון אײַנדרוק. (אַגבֿ, אַזעלכע אינסטיטוציעס זענען פֿאַראַן אויך אין אַנקאַראַ, די הויפּטשטאָט, און אין אַלע וויכטיקע שטעט פֿון דער מדינה). מ׳האָט געשפּילט די אָפּערעטע „די שיינע העלען” פֿון זשאַק אָפֿענבאַך, דער וועלט־באַרימטער ייִדיש־פֿראַנצייזישער קאָמפּאָזיטאָר. געזונגען און געשפּילט האָבן די קינסטלערס ניט אויף פֿראַנצייזיש, נאָר אויף טערקיש. אַזאַ פּאָליטיק פֿון איבערזעצן די ליברעטי פֿון אָריגינאַל אויף דער לאָקאַלער שפּראַך איז אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה געווען זייער אַנטוויקלט אין די מזרח־אייראָפּעיִשע מדינות. אפֿשר איז עס נאָך הײַנט אַזוי. אַגבֿ, אויך אין ישׂראל אין די ערשטע יאָרן פֿון דער היגער אָפּערע און צוליבן הערשנדיקן נאַציאָנאַלן גײַסט פֿלעגט מען זינגען מאָצאַרט, ווערדי א״אַ אויף העברעיִש.