ייִדישער טעאַטער אױפֿן „יריד” פֿון סאָװעטישע קולטורן

Yiddish Theater Within the Soviet Melting Pot

דאָס בוך „באָמאָנד אױפֿן ראַנד פֿון דער אימפּעריע: די מלוכה און די בינע אין סאָװעטישער אוקראַיִנע” פֿון מײהיל פֿאַולער
דאָס בוך „באָמאָנד אױפֿן ראַנד פֿון דער אימפּעריע: די מלוכה און די בינע אין סאָװעטישער אוקראַיִנע” פֿון מײהיל פֿאַולער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 22, 2017.

די סאָװעטישע ייִדישע קולטור װערט אָפֿטמאָל באַטראַכט מחוץ אַנדערע נאַציאָנאַלע קולטורן, װי אַן אוניקאַלע דערשײַנונג װאָס האָט עקזיסטירט װי אױף־צו־להכעיס דעם קאָמוניסטישן רעזשים. מען נעמט דערבײַ ניט אין באַטראַכט די אָפֿיציעלע סאָװעטישע פּאָליטיק פֿון שטיצן פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע קולטורן בתּנאי אַז זײ זײַנען „נאַציאָנאַל אין דער פֿאָרם, סאָציאַליסטיש אין דעם תּוך”.

װאָס זשע האָט דער דאָזיקער פּרינציפּ געמײנט פּראַקטיש, און װי אַזױ פּאַסט זיך דער ייִדישער טעאַטער אַרײַן אין אָט דעם ברײטערן בילד פֿון דער סאָװעטישער פּאָליטיק פֿון דער קאָמוניסטישער מולטיקולטורעליזם?

דער דאָזיקער ענין װערט באַהאַנדלט אינעם נײַעם בוך „באָמאָנד אױפֿן ראַנד פֿון דער אימפּעריע: די מלוכה און די בינע אין סאָװעטישער אוקראַיִנע” פֿון מײהיל פֿאַולער. די מחברין האָט דורכגעמאַכט אַ גרונדיקע פֿאָרשונג אין די אוקראַיִנער און רוסישע אַרכיװן, כּדי צו רעקאָנסטרויִרן די טאָג־טעגלעכע פֿונקציאָנירונג פֿון נאַציאָנאַלע קולטורעלע סבֿיבֿות אין אוקראַיִנע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. זי באַװײַזט, אַז די אוקראַיִנער און דער ייִדישער קולטורעלע טוער האָבן געהאַלטן נאָענטע קעגנזײַטיקע באַציִונגען און מיטגעאַרבעט אױף געװיסע שטחים, און באַזונדערס אין טעאַטער.

סײַ די אוקראַיִנער סײַ די ייִדישע קולטור האָבן באַקומען פֿינאַנציעלע שטיצע מצד דער סאָװעטישער רעגירונג, װאָס האָט דערמעגלעכט אַרױסצוגעבן ביכער און צײַטשריפֿטן און מאַכן טעאַטראַלע אױפֿפֿירונגען. סוף 1920ער יאָרן האָט די סאָװעטישע מאַכט דורכגעפֿירט די אַקטיװע פּאָליטיק פֿון שטיצן „געבירטיקע” נאַציעס, און האָט אַרײַנגעדרונגען אין דער אוקראַיִנישער שפּראַך און קולטור. ייִדיש האָט דערבײַ געהאַט אַ סטאַטוס פֿון אַ „מינאָריטעט־שפּראַך”, אָבער אַ היפּשע צאָל ייִדן זײַנען געװען טעטיק אױף דער אוקראַיִנער גאַס, ניט נאָר אין קולטור און דערציִונג נאָר אױך אין דעם פּאַרטײ־אַפּאַראַט און אין דער געהײם־פּאָליצײ „ען־קאַ־װע־דע”.

די דאָזיקע פּאָליטיק איז פּלוצעם אָפּגעשטעלט געװאָרן אָנהײב 1930ער יאָרן. דאָס רובֿ אוקראַיִנער אַקטיװיסטן זײַנען אַרעסטירט געװאָרן און שפּעטער דערשאָסן, בעת די ייִדישע קולטור האָט געהאַט װײניקער קרבנות. דעמאָלט האָט מען ניט געװוּסט, אַז די מאַסן־דערשיסונג פֿון 134 אוקראַיִנער ליטעראַטן און קולטור־טוער אין 1937 איז געװען אַ פֿירלױפֿער פֿון דער פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן לױט אַן ענלעכן סצענאַר מיט 10־15 יאָר שפּעטער.

סײַ דער ייִדישער סײַ דער אוקראַיִנער טעאַטער אין די 1920ער יאָרן זײַנען געװען אַװאַנגאַרדיסטיש אין זײער עסטעטיק. בײדע האָבן געצױגן זײער שעפֿערישן ייִחוס פֿונעם באַרימטן עסטרײַכישן רעזשיסאָר מאַקס רײנהאַרדט. לעס קורבאַס, דער אָנפֿירער פֿונעם אוקראַיִנער טעאַטער „בערעזיל”, האָט געשטאַמט פֿון גאַליציע און האָט פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין װין, אײדער ער האָט זיך באַזעצט אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין 1927 און 1928 האָט ער באַזוכט בערלין און האָט צוריקגעבראַכט פֿון דאָרטן אַ נײַעם סטיל פֿון טעאַטראַלן רעװיו, װאָס ער האָט אױפֿגעפֿירט אין דער שטאָט כאַרקיװ; מעג זײַן, אַז די אָפּקלאַנגען פֿונעם דאָזיקן עקספּערימענטאַלן ספּעקטאַקל הערן זיך אין דער נסתּרס „רעװיו”־מעשׂה „אונטער אַ פּלױט”, װאָס האָט גורם געװען שאַרפֿע אידעאָלאָגישע קריטיק.

פֿאַולער באַשרײַבט די דאָזיקע צײַט אין אוקראַיִנע װי אַ „ליטעראַרישער יריד”, װוּ ליטעראַטן, אַקטיאָרן, קאָמוניסטישע פּאַרטײ־פֿונקציאָנערן און אַגענטן פֿון „ען־קאַ־װע־דע” האָבן זיך פֿרײַ געמישט אין טעאַטער, קלובן, קאַפֿעען און פּריװאַטע סאַלאָנען פֿון דער נײַער הױפּטשטאָט פֿון סאָװעטישער אוקראַיִנע. „ליטערישער יריד” איז געװען דער נאָמען פֿונעם נײַעם אוקראַיִנישן זשורנאַל, װאָס האָט זיך דערהאַלטן בלױז אײן יאָר, 1929. באַגלײַך מיט די װערק פֿון די אוקראַיִנער מאָדערניסטן זײַנען דאָ דערשינען דער ניסתּרס אַ מעשׂה און אַ פּאָר לידער פֿון לײב קװיטקאָ. מען דאַרף האַלטן אין זינען, אַז פּונקט דעמאָלט האָבן די פּראָלעטאַרישע ייִדישע קריטיקער באַשולדיקט דער ניסתּר און קװיטקאָ אין כּלערלײ אידעאָלאָגישע חטאים, אָבער דאָס האָט ניט אָפּגעשראָקן זײערע אוקראַיִנער חבֿרים.

עס איז געװען דװקא דער סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט װאָס האָט געראַטעװעט די ייִדישע קולטור בעתן סטאַליניסטישן טעראָר אין די 1930ער יאָרן. ייִדיש איז געװען די אײנציקע סאָװעטישע מינאָריטעט־שפּראַך, װאָס איר קולטורעלער צענטער האָט זיך געפֿונען אין מאָסקװע און ניט אין די פּראָװינצן. דער װיכטיקסטער צװישן די ייִדישע אַנשטאַלטן איז געװען דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער, װאָס זײַן אָפֿיציעלער סטאַטוס איז געװען גלײַך מיטן חשובֿסטן צענטראַלן רוסישן טעאַטער, און העכער ווי דער נאַציאָנאַלער טעאַטער. דאָס האָט געמײנט ניט נאָר אַ מער רחבֿותדיקע מאַטעריעלע שטיצע מצד דער רעגירונג, אָבער אױך אַ ברײטערע שעפֿערישע פֿרײַהײט.

אין די 1930ער יאָרן האָבן די נאַציאָנאַלע סאָװעטישע טעאַטערס געמעגט שפּילן צװײ מינים ספּעקטאַקלען: דעם נײַעם סאָװעטישן רעפּערטואַר און פֿאָלקסטימלעכע נאַציאָנאַלע קאָמעדיעס און דראַמעס. די קלאַסיק פֿון דער רוסישער און װעלט־דראַמאַטורגיע האָט מען געלאָזט פֿאַרן צענטראַלן טעאַטער אין מאָסקװע און לענינגראַד. דערפֿאַר דװקא האָט שעקספּירס „קעניג ליר” אױף דער ייִדישער בינע מיט שלמה מיכאָעלס און בנימין זוסקין אין די הױפּט־ראָלעס געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אין דער סאָװעטישער קולטור־סבֿיבֿה אין 1935.

מיכאָעלס האָט גוט געוווּסט זײַן ספּעציעלן סטאַטוס אין דער סאָװעטישער קולטור. װען דער אוקראַיִנישער רעזשיסאָר לעס קורבאַס איז אַנטלאָפֿן קײן מאָסקװע אין 1934, פּרוּװנדיק אױסצומײַדן אַרעסט אין קיִעװ, האָט אים מיכאָעלס אײַנגעשטעלט אינעם ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפֿן, און אין אַ פּאָר חדשים אַרום איז קורבאַס אַרעסטירט געװאָרן און פֿאַרשיקט קײן תּפֿיסה־לאַגער „סאָלאָװקי”. מען האָט אים דערשאָסן אין אײנעם מיט אַנדערע אוקראַיִנער קינסטלער און ליטעראַטן אין 1937. אין די 1930ער יאָרן האָט די סאָװעטישע אוקראַיִנער קולטור פֿאַרלױרן איר אײגנאַרטיקן מאָדערניסטישן מהות און איז געװאָרן אַ סטאַטעטשנע װיטרינע פֿאַר סטאַלינס פּאָליטיק פֿון דערשטיקן אָריגינעלע נאַציאָנאַלע קולטורן. דער ייִדישער טעאַטער האָט נאָך אַלץ געקענט לעבן אין מאָסקװע, הגם ער האָט אױך געהאַט צרות. „די נאָענטקײט צו דעם קרעמל איז געװען װיכטיק”, באַמערקט פֿאַולער. אָבער דװקא די דאָזיקע נאָענטקײט האָט שפּעטער גורם געװען די פֿאַרטיליקונג פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור.