דאָס 120סטע יאָר פֿונעם בונד געפּראַוועט בײַם ”ייִוואָ“

The 120th Year of the Bund Celebrated at YIVO

Rukhl Schaechter

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 24, 2017, issue of October 27, 2017.

בונדיסטן און זייערע קינדער און קינדסקינדער, ווי אויך אַקאַדעמיקער, פּאָליטישע אַקטיוויסטן און סתּם ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור און שפּראַך האָבן זונטיק, דעם 22סטן אָקטאָבער, זיך פֿאַרזאַמלט בײַם ”צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע“ אין מאַנהעטן כּדי צו פּראַווען 120 יאָר זינט מע האָט געגרינדעט דעם ”אַלגעמיינעם ייִדישן אַרבעטער בונד אין ליטע, רוסלאַנד און פּוילן“.

די פּראָגראַם האָט אײַנגעאָרדנט אַ קאָמיטעט פֿון בונדיסטן און געוועזענע קעמפּ־המשכיסטן, מיט דער שטיצע פֿונעם ”ייִוואָ“ און דעם ”אַרבעטער־רינג“.

דער ריזיקער עולם, וואָס האָט אָנגעפּאַקט דעם זאַל, און וואָס אַ טייל האָבן געמוזט זיצן אין דרויסן פֿון זאַל קוקנדיק אויף אַ גלײַכצײַטיקער טראַנסמיסיע פֿון דער פּראָגראַם, האָט ניט נאָר געפֿײַערט דעם יובֿל, נאָר אויך געהערט פֿאַרשידענע אַנאַליזן וועגן דער געשיכטע פֿון ”בונד“ און איר השפּעה אויפֿן הײַנט.

די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ באַגריסונג פֿון דער פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש, די טאָכטער פֿונעם בונדישן מאַרטירער אין וואַרשעווער געטאָ מיכאל קלעפּפֿיש און ראָזע קלעפּפֿיש, אַ לאַנגיאָריקע קולטור־טוערין און אָנפֿירנדיקע אַרכיוויסטקע.

אינעם ערשטן פּאַנעל וועגן דער געשיכטע און אידעאָלאָגיע פֿון דער באַוועגונג האָט דער יונגער אויסטראַלישער בונדיסט דוד סלוצקי איבערגעגעבן די געשיכטע פֿון ”בונד“ דורכן לינדז פֿון זײַן אייגענער משפּחה, וואָס איז שוין פֿיר דורות טיף אַרײַנגעטאָן אין דער אַרבעט פֿון ”בונד“.

דזשעק דזשייקאָבס (פּראָפֿעסאָר פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט אינעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט) האָט גערעדט וועגן דעם ”בונדס“ צוגאַנג צום ציוניזם און צו מדינת־ישׂראל, דערקלערנדיק אַז כאָטש די באַוועגונג האָט שטענדיק געשטיצט די רעכט פֿון די ייִדן אין פּאַלעסטינע, האָבן אירע אָנהענגער אויך שטענדיק געהאַלטן אַ קריטישן צוגאַנג צו דער ייִדישער מדינה און אירע באַציִונגען סײַ מיט די אָרטיקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, סײַ מיט די פּאַלעסטינער.

מאַרווין צוקערמאַן, אַ לאַנגיאָריקער פֿאָרשער פֿון ”בונד“ און דער איבערזעצער פֿון בערנאַרד גאָלדשטיינס זכרונות פֿונעם וואַרשעווער בונד, האָט רעפֿערירט וועגן דער סאָציאַליסטישער ליניע פֿונעם ”בונד“ און זײַן שטאַרקער קעגנערשאַפֿט צום קאָמוניזם. די ייִדישע שרײַבערין, פּאָעטעסע און לערערקע הינדע בורשטיין האָט גערעדט וועגן דער באַוועגונגס צוגאַנג צו דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, דערמאָנענדיק דערבײַ די אַקטיווע מעלבורנער ייִדישע טאָגשול אויפֿן נאָמען פֿון שלום־עליכם, וווּ עס לערנען זיך הײַנט אירע קינדער. דער „שלום־עליכם קאָלעדזש‟ איז פֿאַקטיש הײַנט די איינציקע טאָגשול וווּ קינדער לערנען זיך יעדן טאָג די ייִדישע שפּראַך און קולטור.

אינעם צווייטן פּאַנעל האָט די דירעקטאָרשע פֿונעם ”אַרבעטער־רינג“, ען טאָבאַק; דער ווערמאָנטער פּאָליטיקער און דראַמאַטורג אַבֿרהם פּאַט און די שרײַבערין און פּאָליטישע אַקטיוויסטקע קלער קינבערג גערעדט וועגן דעם, ווי אַזוי די ירושה פֿון ”בונד“ קען אינספּירירן הײַנטיקע פּאָליטישע אַקטיוויסטן. די פּאַנעליסטן האָבן צווישן אַ ריי אַנדערע טעמעס אַרומגערעדט די ווירקונג פֿון ישׂראל אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער אידענטיטעט און ווי אַזוי דער בונדישער באַגריף פֿון ”דאָיִקייט“ וואָלט געקענט דינען ווי אַן אַלטערנאַטיוו צום ציוניזם פֿאַר די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס פֿילן זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון ישׂראל.

אַחוץ די פּאַנעלן האָט זלמן מלאָטעק, דער געוועזענער מוזיק־דירעקטאָר פֿונעם בונדיסטישן זומער־לאַגער ”קעמפּ־המשך“, אָנגעפֿירט מיט אַ כאָר פֿון געוועזענע חמשכיסטן, וואָס האָט געזונגען אַ קראַנץ בונדישע לידער. בײַם סוף פֿון פּראָגראַם איז מען, ווי אויף אַלע בונדיסטישע אונטערנעמונגען, געשטאַנען און געזונגען דעם בונדיסטישן הימען, „די שבֿועה‟.

מע האָט אויך געהערט באַגריסונגען פֿון בונדיסטן פֿון איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿון יצחק לודען, דעם לאַנגיאָריקן רעדאַקטאָר פֿונעם “לעבנס־פֿראַגן”.