„דער קליינער פּרינץ‟ — אַ משל פֿאַר ייִדישיסטן

A Yiddishist Take on "The Little Prince"

Elia Fisbein

פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי

Published October 25, 2017, issue of October 27, 2017.

אין דער הײַנטצײַטיקער וועלטלעכער ייִדיש־קולטור באַווײַזן זיך נאָך אַלץ נײַע באַאײַנדרוקנדיקע דערגרייכונגען אין טעאַטער, מוזיק, פֿילם אד״ג. און דערצו — נישט געקוקט אויף אַלע באַגרענעצונגען און מניעות וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור — קומען אויך נאָך אַלץ אַרויס נײַע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אין פּראָזע, פּאָעזיע און איבערזעצונג.

איין קולטור־געוויקס אָבער איז כּמעט (און אפֿשר אין גאַנצן) נעלם געוואָרן פֿון אונדזער „פֿעלד“ — די קריטיק. דאָ רעד איך נישט מכּוח רעצענזיעס, נאָר פֿון אַן אמתער קריטיק אינעם פֿולן זינען פֿון באַגריף. דער „פֿאָרווערטס“ פּובליקירט, פֿאַרשטייט זיך, זייער באַלערנדיקע און קריטישע ביכער־רעצענזיעס אויף ייִדיש. אויך אין רעצענזיעס פֿון ספּעקטאַקלען, אויסשטעלונגען אאַז״װ קען מען טאַקע פֿון צײַט צו צײַט זיך אָנשטויסן אויף קריטישע, אַ מאָל אַפֿילו שאַרף קריטישע באַמערקונגען. אָבער אַ יסודותדיקע קולטור־קריטיק וואָס איז אויסן אָנצוצייכענען שטרעמונגען און באַוועגונגען אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט, ליטעראַטור און קולטור, אַ קריטיק וואָס פּרוּווט זיי פֿאַרסך־‎הכּלען און אויסטײַטשן, אָדער אַ קריטיק וואָס וויל פֿירן געוויסע שטרעמונגען פֿון איין וועג אויף אַן אַנדערן — אַזאַ קריטיק איז פּשוט נישט מער בנימצא. און די ייִדיש־קולטור דאַרף זי שטאַרק האָבן.

אַ מאָל דאַכט זיך מיר אַז קיין אמתע קריטיק קען נישט עקסיסטירן אין אַ קליין ייִדישיסטיש וועלטל וווּ אַלע זײַנען מחותּנים. דערצו, זײַנען קולטורעלע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אַזוי זעלטן, אַז מע וויל נישט אַנטמוטיקן די פּאָר קינסטלער וואָס שאַפֿן יאָ אויף ייִדיש. אָבער דאָס וואָס מע האָט נישט קיין אמתע קריטיק העלפֿט אַוודאי נישט דער ייִדישער קולטור. פֿאַרקערט. אויב די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קולטור וויל אַרויסקריכן פֿון איבערגעטריבענער סענטימענטאַלקייט און פּוסטן קיטש, דאַרף זי האָבן אַ שעפֿערישע און שאַרפֿע קריטיק, וואָס זאָל זי אַ מאָל באַגלייטן, אַ מאָל ווײַזן איר דעם וועג. „דער קליינער פּרינץ“, אַ נײַע פּיעסע אויף ייִדיש (רעזשיסירט פֿון עמוס אורן) וואָס האָט דעביוטירט דעם 20סטן יוני 2017, איז אפֿשר אַן אָנהייב פֿון אַזאַ נייטיקער קריטיק.

איך וואָלט געקענט אָנהייבן מײַן רעצענזיע אויך מיט אַזאַ באָמבאַסטישן זאַץ: ווי אַן אויפֿפֿרישנדיקער ווינט האָט די טרופּע „טרוים־טעאַטער“ (פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער ― מעדעם־ביבילאָטעק) באַוויזן צו דערקוויקן דעם הייסטן טאָג אין פּאַריז מיט אַן אויסערגעוויינלעך רירנדיקער, פּאָעטישער און באַנײַערישער שאַפֿונג. נאָר זײַט באַוואָרנט: דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות איז נישט קיין אָביעקטיווער קריטיקער. אַזוי ווי איך בין אַ מחותּן* מיט דער דאָזיקער ייִדיש־אינסטיטוציע, זאָלט איר מיר נישט גלייבן אויפֿן וואָרט. אַדרבא, איך עצה אײַך צו גיין אויף די קומענדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם „קליינעם פּרינץ“ אין פּאַריז, דעם 2טן און דעם 5טן נאָוועמבער, און משפּטן אַליין.

כאָטש קיין אָביעקטיווע רעצענזיע קען דאָס נישט זײַן, וויל איך פֿונדעסטוועגן אויסדריקן מײַן סוביעקטיוו געפֿיל אַז ווען דער דערציילער (מישעל פֿישביין) האָט איבערגעגעבן אין טעאַטער־זאַל אַנטואַן דע סאַנט־עקזיפּעריס פֿאַרחלומטע כּמו־זכרונות פֿון אַ פּילאָט וואָס באַגעגנט דעם קליינעם פּרינץ אינעם סאַהאַראַ־מידבר, האָב איך דערפֿילט ווי די נימאסדיקע היץ, וואָס האָט געהערשט יענעם טאָג אין פּאַריז, האָט זיך מיט אַ מאָל אונטערגעגעבן דער לויטערער לופֿט וואָס האָט אַרײַנגעבלאָזן נישט נאָר אין זאַל אַרײַן, נאָר אויך אינעם ייִדישן טעאַטער בכלל.

אין מידבר דערציילט דער קליינער פּרינץ דעם פֿאַרמאַטערטן פּילאָט וועגן זײַן פּלאַנעט, וווּ ער האָט געוווינט צוזאַמען מיט אַ רויז. נאָך דעם וואָס ער האָט זיך צעקריגט מיט דער רויז, לאָזט זיך דער פּרינץ אין וועג אַרײַן צו באַזוכן אַנדערע פּלאַנעטן, און צום־סוף — אויך אונדזער ערד. במשך פֿון זײַנע פֿאַנטאַסטישע נסיעות באַגעגנט ער פֿאַרשיידענע פּאַרשוינען: אַ מלך, אַ שיכּור, אַ לאַמטערן־צינדער אאַז״װ. די סצענעס האָט מען אויף דער בינע אויסגעצירט אין אַ פּאָעטישער דעקאָראַציע (געשאַפֿן ניקאָלאַ קורזשאָן) און קאָמיש־בריהשע קאָסטיומען (פֿון קלעמענט קורזשאָן). די פּיעסע ווערט באַגלייט פֿון אַ סובטילער און רירנדיקער מוזיק, קאָמפּאָנירט פֿון ניקאָלאַ דיפּאַן און געשפּילט דורך אַ טאַלאַנטפֿולן טריִאָ פֿון פֿידל (דיפּאַן), קלאַרנעט (עדן גערבער) און פּיאַנע (באַסטיען האַרטמאַן).