זעט: יוני הײַקינדס שטיצער פּראָדוצירן רעקלאַמע אויף ייִדיש

Watch: Yoni Hikind's Supporters Produce Yiddish Jingle

אַן אויסצוג פֿונעם ווידעאָ
Yoni Hikind
אַן אויסצוג פֿונעם ווידעאָ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 26, 2017, issue of October 27, 2017.

https://twitter.com/TeamHikind/status/922524221191933952

די פּאָליטישע קאַמפּאַניעס אין באָראָ־פּאַרק זענען הײַיאָר ספּעציעל אינטענסיוו צוליב דעם וואָס דער איצטיקער רעפּרעזענטאַנט פֿונעם 44סטן דיסטריקט אויפֿן שטאָטראָט, דוד גרינפֿעלד, וועט באַלד דעמיסיאָנירן כּדי אָנצופֿירן מיט אַ באַקאַנטער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט אויס אָרעמע ייִדן.

דער 44סטער דיסרטיקט, וואָס נעמט אַרײַן צוויי ריזיקע ייִדישע געגנטן — באָראָ־פּאַרק מיט זײַנע חסידים און — שיפּסהעד־ביי מיט ייִדישע אימיגראַנטן פֿונעם

געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זייערע קינדער — איז איינער פֿון די וויכטיקסטע אין ניו־יאָרק. אין דער קאַמפּאַניע אויף צו ווערן דער נײַער „קאָונסילמאַן‟ פֿאַרמעסטן זיך איצט צוויי פֿרומע ייִדן: קלמן יעגער און יוני הײַקינד.

פֿאַקטיש איז דער וואַלפֿאַרמעסט אַ המשך פֿון אַ פּאָליטישער קאָנקורענץ צווישן דוד גרינפֿעלד און דובֿ הײַקינד, דער מעכטיקער רעפּרעזענטאַנט אין דער שטאַט־אַסעמבלעע, וואָס איז זײַן לאַנגיאָריקער פּאָליטישער ריוואַל. גרינפֿעלד האָט אויסגעקליבן קלמן יעגער איבערצונעמען זײַן אַמט אָבער הײַקינדס שטיצער האָבן באַלד געפֿונען זייער אייגענעם קאַנדידאַט: דובֿ הײַקינדס זון, יוני. אַזוי ווי בײַ דער קאָנקורענץ צווישן דובֿ הײַקינד און דוד גרינפֿעלד, זענען די באָראָ־פּאַרקער חסידים און זייערע רבנים צעטיילט צווישן די וואָס שטיצן גרינפֿעלדס פּראָטאָזשע קלמן יעגער, און די וואָס שטיצן הײַקינדס זון, יוני.

כּדי צו פֿאַרשטאַרקן זײַן פּאָזיציע צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון באָראָ־פּאַרק האָט יוני הײַקינד אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ־רעקלאַמע אויף ייִדיש, מיט אַ צוציִיִק וואַל־ליד. דאָס ליד קען מען הערן אויבן.

די וואַלן קומען פֿאָר דינסטיק, דעם 7טן נאָוועמבער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.