נסיעות און נסיונות

Traveling Can Be Trying for Torah-Abiding Jews

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 26, 2017, issue of October 27, 2017.

דער באַשעפֿער האָט געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו פֿאַרלאָזן זײַן לאַנד און די היים פֿון זײַנע אָבֿות. דער רבונו־של־עולם האָט געזאָגט אַבֿרהם, אַז ער וועט אים ווײַזן, אין וואָס פֿאַר אַ לאַנד ער זאָל גיין.

פֿון פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע קוקווינקלען, קאָן מען אָפּטײַטשן די הײַנטיקע פּרשה אויף גאַנץ היפּוכדיקע אופֿנים. אַ ציוניסטיש־געשטימטער קאָן זאָגן, אַז דער אייבערשטער האָט באַפֿוילן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט, אָבֿרהם אָבֿינו, עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל, זײַן אמת היימלאַנד. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען אָפּטײַטשן אונדזער סדרה אויף אַ קאָסמאָפּאָליטישן אופֿן: אויב אַפֿילו מע גייט ווײַט פֿון דער היים אין אַן אַנדער וועלט, וועט דאָרטן שײַנען דאָס מזל, אויב מע פֿאַרלאָזט זיך אויפֿן הייליקן באַשעפֿער.

די חסידישע מפֿרשים זענען מסכּים מיטן צווייטן צוגאַנג. איבעראַל, וווּ אַבֿרהם אָבינו האָט געוואַנדערט, האָט פֿאַר אים געשײַנט דאָס געטלעכע ליכט און די געגנט איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ הייליק לאַנד. ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט דער צמח־צדק, דער דריטער חב״ד־רבי: מאַך דאָ ארץ־ישׂראל! וווּהין זאָלסטו נישט גיין, קענסט שאַפֿן אַרום זיך אַ ליכטיקע געטלעכע סבֿיבֿה, אויב דײַנע וואַנדערונגען זענען טאַקע לשם־שמים.

די אַמאָליקע צדיקים פֿלעגן פּראַווען גלות – אויסזײַן די וועלט, כּדי מתּקן זײַן זייערע נשמות און אויפֿהייבן די פֿאַרבאָרגענע פֿינקעלעך פֿון קדושה פֿון די ערטער, וווּ זיי האָבן פֿאַרבראַכט. אין יעדן שטעטל האָבן זיי גענעכטיקט בלויז איין מאָל, הגם מיט אַ חודש אָדער אַ יאָר שפּעטער האָבן זיי געמעגט זיך אומקערן אין די פֿריִער באַזוכטע ערטער. זייער „לך־לך‟ איז געווען, אַדוואי, אַ שווערע אַסקעטישע עבֿודה.

פֿאַר אונדז זענען די נסיעות איבער דער וועלט, געוויינטלעך, דווקא אַ פֿאַרגעניגן. מע פֿאָרט אויף וואַקאַציעס אין פֿאַרשיידענע לענדער. צומאָל מוז מען ערגעץ פֿאָרן צוליב עפּעס אַ טירחא, אָבער פֿונעם עצם־באַזוכן אַ נײַ יאָר האָט מען הנאָה. ווען מע מוז זיך אין גאַנצן אַריבערפּעקלען צוליב אַן אומגעוווּנטשן באַדערפֿעניש – אָט דעמאָלט קאָן מען זאָגן, אַז מע פּראַוועט טאַקע גלות.

אין דער הײַנטיקער וועלט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי אַ צדיק האָט געקאָנט אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט אָן קיין גראָשן אין טאַש. פֿאַר אַ הײַנטיקן וואַנדערער איז די גרעסטע כּפּרה, מסתּמא, די הויכע פּרײַזן פֿון די עראָפּלאַן־בילעטן, האָטעלן און רעסטאָראַנען. אויפֿן וועג שטויסט מען זיך אויך אָן אויף פֿאַרשיידענע שוועריקייטן, צוליב וועלכע עס ווילט זיך פֿרעגן די קשיא: צי זענען די נסיעות אַרום דער וועלט תּיקון־הנפֿש אָדער, פֿאַרקערט, איבעריקע נסיונות?

קודם־כּל, כּשרות. ווען מע וווינט אין אַ גרויסער ייִדישער קהילה, ווערט מען צוגעוווינט, אַז חלבֿ־ישׂראל, פּת־ישׂראל, גלאַט־כּשר פֿלייש און אַנדערע פּראָדוקטן מיט די שטרענגסטע הכשרים איז נישט קיין לוקסוס. מע געפֿינט זיי אויף יעדן שריט און טריט. ווען מע פֿאָרט אין אַן אַנדער שטאָט אָדער לאַנד, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין, אַז דער כּשרות־מצבֿ אין ס׳רובֿ ערטער אַרום דער וועלט שיידט זיך גאָר שטאַרק אונטער פֿון ברוקלין אָדער ירושלים. יאָ, על־פּי הלכה מוז מען נישט עסן פּת־ישׂראל. אַפֿילו אין ניו־יאָרק זענען אַ סך פֿרומע ייִדן נישט מקפּיד דערויף.

בלויז די חסידים און ליטווישע חרדים זאָרגן זיך וועגן חלבֿ־ישׂראל; אַ טייל פֿון די, וואָס זאָרגן זיך יאָ, קאָנען באַקומען בײַ אַ רבֿ אַ היתּר, אַז בעת אַ נסיעה מעגן זיי זיך פֿאַרלאָזן אויף דער שיטה פֿון הרבֿ משה פֿײַנשטיין און פֿאַרזוכן די דאָרטיקע מילכיקע פּראָדוקטן. פֿונדעסטוועגן, איידער מע קויפֿט עפּעס מילכיקס, מוז מען אויסגעפֿינען די פּרטים וועגן די אינגרעדיענטן אָדער, צום ווייניקסטן, זיך באַקענען מיט די אָרטיקע סטאַנדאַרטן פֿון שפּײַז־אינדוסטריע.

למשל, אין געוויסע לענדער באַנוצט מען זיך בלויז מיט כּשרע באַקטעריע־פֿערמענטן בײַם מאַכן די קעז, און אין די אַנדערע – לייגט מען אַרײַן לעציטין צי אַנדער פֿערמענט, וואָס שטאַמט פֿון טרייפֿענע בהמות. אַ טייל רבנים זענען אָבער מתּיר צו עסן אַזאַ קעז, ווײַל אינעם מאָדערנעם טעכנאָלאָגישן פּראָצעס ווערט דאָס טרייפֿענע פֿלייש פֿאַרוואַנדלט אין אַ כעמישן פּודער, וואָס אַפֿילו אַ הונט וואָלט נישט געגעסן. אַזוי ווי מעדיקאַמענטן, זענען אַזעלכע כעמיקאַליעס, אין פּרינציפּ, כּשר.

מע שטייט אײַן אין אַ האָטעל. אויב מע וויל גיין דאַוונען שבת אין אַ שיל – אויב אין דער געגנט איז בכלל פֿאַראַן אַ שיל – מוז מען צומאָל ניצן פֿאַרשיידענע קונצן, וואָס צו טאָן מיט די עלעקטרישע און געוויינטלעכע שלעסער. צי מעג מען טראָגן עפּעס שבת אין דעם האָטעל־בנין? אַ טייל פּוסקים לאָזן עס נישט טאָן, אויב אינעם האָטעל איז נישטאָ קיין אָפֿיציעלן עירובֿ, אָבער די אַנדערע האַלטן, צוליב אַ צאָל סיבות, אַז אַ הײַנטיקער האָטעל איז אַ רשות־היחיד, וווּ מע מעג אַרומטראָגן.

נישט געקוקט אויף כּלערליי שאלות און נסיונות, זענען די נסיעות אַלעמאָל באַלערנדיק און קאָנען העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די תּורה – למשל, די דערמאָנטע הלכות פֿון כּשרות און שבת, הגם מע דאַרף מען זיך, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקענען מיט די דאָזיקע הלכות, איידער מע לאָזט זיך אין וועג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.