וואָס וויל דער פֿאָרווערטס?

What's Our Agenda?

Yehuda Blum

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

דער באַנײַטער אינטערעס צו ייִדיש איז אָבער נישט בלויז אין אַמעריקע. אויפֿן וועלטקאָנגרעס פֿון יודאַיִסטיק אין ירושלים דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט מען געהאַלטן אַ ממשותדיקע צאָל רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, און זעקס פֿון זיי האָט דער רעפֿערענט אַפֿילו געהאַלטן אויף ייִדיש.

אונדזער ציל, בפֿרט דורך דער וועבזײַט, איז צו באַזאָרגן די אָ ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור מיט אַרטיקלען און ווידעאָס וואָס זענען אינפֿאָרמאַטיוו, רירנדיק אָדער וואָס שאַפֿן זיי פּשוט פֿאַרגעניגן. וויפֿל מענטשן וואָלטן, למשל, געוווּסט, אַז מע וועט אין נאָוועמבער דורכפֿירן אַ גאַנצע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער אין לונד־אוניווערסיטעט, שוועדן, ווען מיר וואָלטן נישט געשריבן וועגן דעם? אָדער אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט לעצטנס אויפֿגעהערט שטיצן די לאַנגיאָריקע ייִדישע ראַדיאָ־סטאַנציע? אָדער אַז ס׳איז ניפֿטר געוואָרן די באַליבטע ייִדיש־רעדנדיקע קלעזמער־פּײַקלערין, איטעלע האָפֿמאַן־וואַץ?

מײַן כּוונה (אָדער „אַגענדע‟, ווי עס זאָגט ר׳ געוואַלדיג) איז צו ווײַזן אונדזערע לייענער אַז נישט בלויז זיי, נאָר אַ סך אַנדערע מענטשן איבער דער וועלט שאַנעווען די ייִדישע שפּראַך און באַמיִען זיך, סײַ אין זייער פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן, סײַ אין זייער פּערזענלעכן, אויפֿצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט דעם.

מיר דרוקן אָבער נישט בלויז נײַעס פֿון דער ייִדיש־וועלט נאָר אויך אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע אַנדערע טעמעס וואָס אינטערעסירן אונדזערע לייענער ווי, למשל, אַן אַרטיקל וועגן אַ שׂימחת־תּורה־באַל וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ די־פּי־לאַגער אין 1949 און אַ צווייטן וועגן אַ מאַניפֿעסטאַציע לעצטנס קעגן דעם נאָוואָמינסקער רבין אין ברוקלין צוליב זײַן אָפּאָזיציע צו אַ געזעץ וואָס קען העלפֿן די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג.

מיר ווילן אָבער אויך צוציִען מענטשן וואָס קענען ווייניק אָדער אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, און דערפֿאַר שטעלן מיר רעגולער אַרויף אויף אונדזער וועבזײַט פֿאַרשידענע ווידעאָס אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. צי עס רעדט זיך פֿון אונדזער קאָכפּראָגראַם, „עסט געזונטערהייט‟, צי אונדזער סעריע, „אוצרות פֿונעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו‟, צי מוזיק־ווידעאָס פֿון אַלטע פֿאָלקסלידער אָדער נײַע חסידישע פּאָפּלידער, זענען די ווידעאָס הײַנט אונדזער שטאַרקסטע כּלי צוצוציִען מענטשן צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.