ווידעאָ: שיין בייקער רעדט וועגן מינאַ בערן ז׳׳ל אין שוועדן

Video: Shane Baker Speaks About Mina Bern on Swedish TV


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 29, 2017.

איינער פֿון די גרעסטע פּאַראַדאָקסן פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט איז אַז ניט קיין איין מיזרח־אייראָפּעיִש לאַנד און ניט מדינת־ישׂראל, נאָר דווקא שוועדן טוט דאָס מערסטע צו שטיצן די ייִדישע שפּראַך.

אין שוועדן פֿאַרעפֿנטלעכט מען אָפֿיציעלע איבערזעצונגען פֿון רעגירונגס־דאָקומענטן און געזונט־אינפֿאָרמאַציע אויף ייִדיש און מע זעצט איבער פּאָפּולערע ראָמאַנען, ווי אויך קינדער־פּראָגראַמען אויף טעלעוויזיע, אויף מאַמע־לשון. אַחוץ דעם אָרדנט אײַן די שוועדישע רעגירונג יעדעס יאָר אַ ריזיקן סעמינאַר, אויף וועלכן עס קומען עקספּערטן פֿון איבער דער גאָרער וועלט כּדי צו האַלטן רעפֿעראַטן פֿאַר די שוועדישע ייִדן אויף מאַמע־לשון.

הײַיאָר האָט די שוועדישע מלוכישע טעלעוויזיע־אַגענטור פֿילמירט אַ טייל פֿון די רעפֿעראַטן וואָס מע האָט געהאַלטן אויפֿן יערלעכן סעמינאַר און מע האָט זיי פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ מיט שוועדישע אונטערקעפּלעך. צווישן די רעפֿעראַטן איז אַ רעדע פֿונעם אַקטיאָר שיין בייקער, אין וועלכער ער דערמאָנט זײַן לאַנגיאָריקן פֿרײַנד און מענטאָרין, די אַקטריסע מינאַ בערן ז׳׳ל.

בייקער דערציילט וועגן זײַן באַציִונג מיט בערן, וואָס האָט אים געמוטיקט זיך צו לערנען ייִדיש און צו ווערן אַן אַקטיאָר. בייקער גיט איבער אַ פּרטימדיקן איבערזיכט פֿון בערנס כּמעט 80־יעריקער קאַריערע. באַצייכנט דורך משה אוישער ווי די „פֿרוי מיט טויזנט מינעס,‟ האָט מינאַ פֿאַרמאָגט אַ ריזיקע פּערזענלעכקייט. איין טשיקאַווער פּרט: כאָטש זי האָט כּמעט שטענדיק געטראָגן הויכע אָפּצאַסן אויף דער בינע, האָט זי זיך קיינמאָל ניט אויסגעלערנט אַליין אָנצוציִען די שיך־בענדלעך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.