צווישן מלאָכים און אַנשי־סדום

Between Sodom and Angels

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 02, 2017.

בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער סדרה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו זיך צו מלן. ווען אַבֿרהם האָט זיך שוואַך געפֿילט נאָך זײַן ברית, זענען צו אים געקומען דרײַ מלאָכים מבֿקר־חולה זײַן. ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו פּראָבירט אויסצובעטן בײַם אייבערשטן רחמנות איבער די רישעותדיקע שטעט סדום און עמורה.

די זעלבע דרײַ מלאָכים זענען געקומען קיין סדום. די אָרטיקע תּושבֿים האָבן געוואָלט זיי פֿאַרגוואַלדיקן, ווײַל זיי האָבן געגלייבט, אַז מע טאָר נישט אומזיסט טאָן קיין חסד. אויב עס קומט אַ גאַסט — מוז ער באַצאָלן פֿאַרן אײַנשטיין. אויב ער האָט נישט קיין געלט, מוז ער באַדינען די תּושבֿים, מיט זײַן אייגענעם גוף. די עיקר־פּראָבלעם פֿון סדום איז געווען דער עקסטרעם אינדיווידואַליסטישער צוגאַנג צום לעבן. מײַנס איז מײַנס און דײַנס איז דײַנס – צו טיילן זיך פֿרײַ אָדער צדקה געבן האָבן די אַנשי־סדום געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרברעכן.

כּדי צו לייזן די פּראָבלעם מיט די געסט, האָט אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט, פֿאָרגעלייגט זײַנע אייגענע טעכטער ווי אַן אָפּצאָל. די מלאָכים האָבן צום סוף צעשטערט די צוויי שטעט. לוטס ווײַב איז באַשטראָפֿט געוואָרן דורכן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שטיק זאַלץ בלויז צוליב דעם, וואָס זי האָט זיך אַרומגעקוקט אויפֿן ברענענדיקן סדום. אַזוי רישעותדיק איז געווען דאָס דאָזיקע אָרט, אַז מע האָט אַפֿילו נישט געטאָרט קוקן דערויף.

אַבֿרהם און לוט האָבן ביידע אַרויסגעוויזן אַן אומגעוויינטלעכע גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט, אויף היפּוכדיקע אופֿנים. אַבֿרהם האָט זיך געבוקט ביז דער ערד צו זײַנע געסט, הגם ער האָט געוווּסט, ווי עס באַטאָנען אַ ריי מפֿרשים, אַז זיי זענען מלאָכים. מע טאָר זיך נישט בוקן צו אַ מלאך, חלילה, ווי צו אַ געצל; מע מעג אָבער יאָ אָפּגעבן כּבֿוד דעם באַשעפֿער, וועלכער האָט זיי געשיקט. פֿאַר אַבֿרהם אָבֿינו איז די גאַנצע וועלט געווען אַן אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט; זיך בוקנדיק צו די הימלישע געסט, האָט ער געדינט דעם אייבערשטן אַליין.

אַבֿרהם האָט באַדינט די געסט ווי געוויינטלעכע מענטשן, כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון הכנסת־אורחים. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער זיי אויפֿגענומען ווי געטלעכע שליחים. דאָס קאָן זײַן איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס ער האָט זיי מיטאַמאָל פֿאָרגעלייגט פֿליישיקע און מילכיקע מאכלים. אונדזערע הלכות פֿון בשׂר־בחלבֿ זענען חל בלויז אויף ייִדן, און נישט אויף די אַנדערע מענטשן, שוין אָפּגערעדט פֿון מלאָכים. פֿונדעסטוועגן, ווי עס באַמערקט דער גרויסער מקובל רבי שמשון אָסטראָפּאָליער, זענען די מלאָכים באַשטראָפֿט געוואָרן, ווײַל זײַענדיק באַקליידט אין מלבושים פֿון דער גשמיותדיקער וועלט, האָבן זיי געדאַרפֿט זיך פֿירן על־פּי הלכה.

פּונקט פֿאַרקערט, האָט לוט דערשפּירט, אַז זײַנע געסט זענען נישט קיין פּשוטע מענטשן. כּדי זיי צו באַשיצן פֿון די אַנשי־סדום, האָט ער באַשלאָסן אָפּצוגעבן דעם אויפֿגערעגטן המון זײַנע אייגענע טעכטער. דאָס איז זיכער אַן אויסערגעוויינטלעכער אויסדרוק פֿון הכנסות־אורחים, אָבער פֿאָרט אַן אויסטערלישער און קרומער. אַנשטאָט צו באַטראַכטן די געסט ווי געטלעכע שליחים, האָט ער זיי אויפֿגענומען ווי שוואַכע לײַט, וואָס קאָנען זיך נישט באַשיצן פֿון די באַלעסטיקונגען אויף דער גאַס.

געוויינטלעך, איז הכנסת־אורחים אַ באַטעמטע מיצווה. צומאָל איז עס אָבער אַ גרויסע עבֿודה, וואָס פֿאָדערט אַ סך געדולד און שׂכל. אין דער הײַנטיקער עקלעקטישער וועלט, וווּ אַ סך ייִדישע משפּחות זענען געמישטע און האָבן סעקולערע אָדער נישט־ייִדישע קרובֿים און חבֿרים, טרעפֿן זיך אַ סך סיטואַציעס, ווען ס׳איז שווער צו באַשליסן, ווי אַזוי מע זאָל מכניס זײַן די אורחים אויפֿן בעסטן אופֿן.

עס זענען באַקאַנט אַ סך ייִדישע מעשׂיות וועגן אליהו הנבֿיא, וועלכער האָט אַ קלאַפּ געגעבן צו עמעצן אין טיר, פֿאַרשטעלט ווי אַ גראָבער קבצן, כּדי אויסצופּרוּוון דעם כאַראַקטער פֿונעם בעל־הבית. אַדוואי, קומען די געוויינטלעכע געסט צו אונדז אויך בהשגחה־פּרטית; יעדע באַגעגעניש איז באַשערט. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מיר זאָלן זיי באַהאַנדלען ממש ווי הימלישע שליחים. אַ גראָבער צופֿעליקער גאַסט פֿון דער גאַס איז, מן־הסתּם, נישט קיין מלאך, נאָר בלויז אַ מענטש, וועלכער קאָן דערצו גורם זײַן פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען.

דער פֿאַל מיט לוטס טעכטער איז געווען גאָר אַן עקסטרעמער, אָבער ווי אַזוי קאָן מען פּטור ווערן פֿון אַ פּאַרשוין, וואָס קאָן עפּעס צוגנבֿענען אָדער זיך צוטשעפּען צו די בני־בית? עס טרעפֿט צומאָל דערצו, אַז אַ מענטש, וואָס זעט אויס עקסטרעם פֿרום, ממש ווי אַ מלאך פֿון הימל, פֿירט זיך אויף למעשׂה, אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן, ווי די אַנשי־סדום. עס טרעפֿט זיך אויך פֿאַרקערט: עס פֿליט אַרום אַ געוויסן מענטש אַ גאַנצער שלײַער פֿון רכילות, ווען אין דער אמתן איז ער ריין ווי אַ מלאך.

נישט אַלעמאָל איז גרינג צו באַדינען אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן גאַסט, בלײַבנדיק דערמיט אַ גוטער מכניס־אורחים. און וואָס טוט מען, ווען אַ גאַסט איז יאָ אַ גוטער אָבער אַ פּרינציפּיעלער וועלטלעכער ייִד, וואָס מיינט, אַז ער טוט אַ טובֿה, ווען ער שליסט אויס די עלעקטרע שבת אין שטוב? און אויב ער ברענגט מיט זיך, נישט וויסנדיק די הלכות, בפֿירוש טרייפֿענע מאכלים? אויב ער איז אַ ייִד, איז בעסער אים צו וואָרענען צי פֿאַרזען זײַן „טשיזבורגער‟, כּל־זמן ער מאַכט נישט די כּלים טרייף, כּדי ער זאָל נישט באַליידיקט ווערן?

און וואָס טוט מען, ווען מע פֿילט, אַז נישט געקוקט אויף אַ ריי פּראָבלעמען, איז דער גאַסט פּלוצעם געקומען, ממש ווי אַ מלאך פֿון הימל, אַרויסצוהעלפֿן אונדז אָדער גיבן אַ גוטע עצה אין אַ שווערן מצבֿ? אויסמײַדנדיק אמתדיק צווייפֿלהאַפֿטיקע מענטשן, זאָלן מיר נישט פֿאַרגעסן מקבל צו זײַן אונדזערע „מלאכים‟ בסבֿר־פּנים־יפֿות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.