וועגן געזונטע און אומגעזונטע שפּײַזן

On Healthy and Unhealthy Foods

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published November 02, 2017.

אַ סך מאָל פֿרעגט מיר אַ פּאַציענט, צי דער אָדער יענער מין עסן איז „געזונט“ אָדער „אומגעזונט.“ עס קומט מיר אָן שװער צו ענטפֿערן דערױף.

פֿאַר װאָס? איך האַלט בײַ דער מײנונג, אַז קײן עסן איז נישט קיין „מלאך‟ אָדער „טײַװל‟. חוץ געװיסע אױסנאַמען — סמען, נאַרקאַטיק, אַלקאָהאָל — זײַנען דאָ זײער װײניק מאכלים אָדער געטראַקען װאָס קענען אַלײן שעדיקן דעם מענטש. (אַפֿילו פֿאַרװײַלונג־סובסטאַנצן קען מען ניצן אױף אַ שׂכלדיקן אופֿן. מאַריכואַנע און אַלקאָהאָל זײַנען גאַנץ מעגלעך צו ניצן מיט אַ מאָס.)

פֿאַראַן אױך געװיסע עסן־קראַנקײטן, װוּ די פּסיכיק צװינגט דעם מענטש צו עסן אױף אַן אופֿן װאָס איז חוץ־מדרך־הטבע: דאָס עסן צו פֿיל, צו װײניק, אָדער בײדע (זיך אָנפֿרעסן און דערנאָך פּרוּװן אַלץ אויסברעכן). אין דעם פֿאַל אָבער האַנדלט זיך נישט אין דעם עצם מין עסן אַלײן, ווײַל יעדעס מאכל קען „שאַטן‟ ווען מע לײַדט פֿון אַן עסן־קראַנקײט.

פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן איז די פֿראַגע אַ נאָרמאַלע און אַ פּשוטע: זײַנען דאָ עסנס װאָס װעלן פֿאַרלענגערן מײַן לעבן און פֿאַרהיטן אַ קרענק?

לאָמיר דאָס באַטראַכטן פֿון צװײ זײַטן.

עס איז נישטאָ קײן אײנצלן מאכל װאָס קען פֿאַרהיטן אַן ערנצטע קראַנקײט. ערנצטע קראַנקײטן, און דער מענטשלעכער גוף, זײַנען פּשוט צו קאָמפּליצירט. אַז מע האָט אַ הױכן כאָלעסטעראָל, צום בײַשפּיל, אַפֿילו װען ס׳װאָלט יאָ געװען אַ שפּײַז װאָס װאָלט עפֿעקטיװ אַראָפּגעלאָזט די כאָלעסטעראָל־נומערן (װאָס דאָס איז אױך נישט אמת) װאָלט מען נישט געקענט אַרױסדרינגען, אַז האַרץ־קרענקען װאָלט מען אױך געקענט פֿאַרהיטן. כאָלעסטעראָל איז נאָר אײן טײל פֿון דער פּאַטאָלאָגיע פֿון האַרצקראַנקײט.

מע װאָלט אױך געהאָפֿט, אַז אַ געוויסער שפּײַז װאָלט געקענט פֿאַרהיטן אַ ראַק. דאָס איז אױך נישט אמת, כאָטש עס זײַנען דאָ מעדיקאַמענטן װאָס קענען אַראָפּנידערן די ריזיקע פֿון געװיסע קראַנקײטן. אַזױ װי זײ זײַנען נישט אַזױ „נאַטירלעך“ װי אַנדערע כּלומרשטיקע רפֿואות, און זײַנען פֿאַרבונדן מיט בײַ־עפֿעקטן, זײַנען זײ װײַט נישט אַזױ פּאָפּולער.

עס זײַנען יאָ פֿאַראַן עסנס װאָס קענען אפֿשר אַ ביסל צוהעלפֿן פֿאַרמינערן די ערצנטקײט פֿון געװיסע קראַנקײטן. דאָס טרינקען אַ קאַרשן־פּרעפּאַראַטקע פֿאַרקלענערט די צאָל עפּיזאָדן פּאָדאַגראַ, און דאָס טרינקען זשורעכלינע־זאַפֿט קען אפֿשר פֿאַרהיטן פֿון אַן אורין־אינפֿעקציע בײַ פֿרױען, נאָר ס׳איז װידער נישט קיין פּאַנאַצעע, נישט אַ כּישופֿדיק הײלמיטל.

דער צווייטער טײל פֿון דער פֿראַגע האָט צו טאָן מיט פֿירן אַ „געזונט“ לעבן מיט דער הילף פֿון געװיסע מאכלים. אַמעריקאַנער זײַנען באַזונדערש פֿאַרכאַפּט מיט דער האָפֿענונג פֿון אומשטאַרביקײט. פֿון כּסדרדיקן טומל און בראַזג פֿון דער קולטור קען מען גרינג כאַפּן דעם אײַנדרוק, אַז אַלץ קען מען טעאָרעטיש צופּאַסן, צוקנײטשן אָדער פֿאַרמײַסטרעװען כּדי זיך אַרױסדרײען פֿון טױט. הלװאַי װאָלט מען געקענט ניצן אַ תּוך־אַקטיװיטעט פֿון לעבן כּדי דאָס אױסצופֿירן! װאָסער דיִעטע קען פֿאַרזיכערן הונדערט צװאַנציק יאָר?

צום באַדױערן איז נישטאָ אַזאַ דיעטע. װי באַװוּסט, איז די פֿעטלײַביקײט אַ פּראָבלעם בײַ אַ סך אַמעריקאַנער װאָס קען דערפֿירן צו פֿאַרשײדענע קראַנקײטן און אַ העכערער ריזיקע פֿון אַ פֿריצײַטיקן טױט. װי כ׳האָב פֿריִער באַמערקט אין דער רובריק איז אָבער נישט קלאָר אַז דאָס פֿאַרלירן װאָג איז דער ריכטיקער באַשלוס פֿאַר אַלעמען. אין פֿאַל װען מע װיל פֿאַרלירן װאָג, איז נישטאָ קײן ספּעציעל געוווּנטשן עסן. דער „סוד“ איז אַ פּשוטער: עסט װײניקער, נעמט אײַן װײניקער קאַלאָריִעס, און אײַער וואָג האָט כאָטש אַ שאַנס זיך אַראָפּצולאָזן.

דאָס אַלגעמײנע בילד איז מער קאָמפּליצירט. װי געזאָגט, איז נישטאָ קײן אײנציקע שפּײַז װאָס קען אונדז צוזאָגן אַריכות־ימים. אַלץ מעג מען עסן — מיט אַ מאָס. מע קען זיך פּאָסמאַקעװען מיט אַ דעזערט אָדער אַ געדיכטן סטייק, אַ טעלער פֿרוכט, אַ שיסל גרינסן און הנאָה האָבן. אַ שטיקל פּיצע איין מאָל אין אַ יובֿל װעט אײַך אויך נישט באַגראָבן.

פֿון װאַנען נעמט זיך די אָבסעסיע מיט פּערפֿעקטע אָדער געפֿערלעכע עסנס? איך האָב מורא אַז דאָס פֿאַרבינדט זיך מיט דער נאַטירלעכער טענדענץ (װאָס האָט זיך לעצטנס גאָר פֿאַרשטאַרקט) צו מישפּטן זיך אַלײן און יענעם, אַפֿילו אָן אַ ממשותדיקן באָדן פֿון רעאַליטעט אָדער װיסנשאַפֿטלעכע באַװײַזן. מע װיל װיסן אַז ערגעץ װוּ ליגט אַ װאָגשאָל װוּ מע װעגט אָפּ אונדזער דיעטע, װי אין די פֿאָרכטיקע טעג, צו גוטן צי צום שלעכטן. ס׳איז אָבער נישט אַזױ. מע מוז זיך אַן עצה געבן מיט קאָמפּליצירטקײט און מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז נישטאָ קיין עסן וואָס קען בײַטן אײַער לעבן. דער עיקר - היט זיך פֿאַר נאַרקאָטיק, עסט נישט צו פֿיל און פּרוּװט אַ גאַמע פֿאַרשײדענע שפּײַזן, לטובֿת עסטעטיק און געזונט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.