ייִדיש־סעמינאַר וועגן מענדעלע אין ניו־יאָרק

Yiddish Seminar on Mendele in New York

מענדעלע מוכר־ספֿרים
מענדעלע מוכר־ספֿרים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 05, 2017.

ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז די ניו־יאָרקער ייִדישיסטן זענען מקנא די פּאַריזער, וואָס זיי קענען אָפֿט געניסן פֿון לענגערע ייִדיש־סעמינאַרן און קאָנפֿערענצן בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מעדעם. כאָטש עס זענען דאָ אַ ריי ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס אין שטאָט ניו־יאָרק, קומען זעלטן־ווען פֿאָר אינעם „גרויסן עפּל‟ סעמינאַרן פֿאַרן ברייטן עולם אויף ייִדיש. די הויפּט־סיבה דערפֿאַר איז ווײַל די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרמאָגן נישט קיין אייגענעם בנין אַזוי ווי דער „מעדעם־צענטער‟, „בית־לייוויק‟ אָדער דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟, וווּ מע קען אָרגאַניזירן אַזעלכע פּראָגראַמען.

לעצטנס האָט די „ייִדיש־ליגע‟ געלאָזט וויסן, אַז זי אָרדנט אײַן אַ ספּעציעלן איין־טאָגיקן סעמינאַר וועגן די ווערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, וואָס וועט אָנגיין פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 5 אַ זייגער בײַנאַכט. דער אָנפֿירער פֿונעם סעמינאַר וועט זײַן ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, דער דירעקטאָר פֿון „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ‟, וואָס וועט דערקלערן ווי אַזוי דער אַרײַנפֿיר צו מענדעלעס „שלמה ר׳ חיימס‟ כאַראַקטעריזירט די אונטערשיידן צווישן שטעט און שטעטלעך בײַ ייִדן און ווי אַזוי מענדעלע באַשרײַבט די באַציִונג צווישן פֿישקע דעם קרומען און מענדעלע מוכר־ספֿרים. אַזוי ווי בײַ אַלע פּראָגראַמען וועגן מענדעלע, וועט ער, פֿאַרשטייט זיך, אַרומרעדן די קאָמפּליצירטע באַציִונג צווישן דעם עכטן שרײַבער שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, זײַן ליטעראַרישער אַלטער־עגאָ מענדעלע מוכר־ספֿרים און דער העלד „מענדעלע‟, וואָס באַווײַזט זיך אין זײַנע דערציילונגען.

דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 3טן דעצעמבער אין מאַנהעטן (115־125 וועסט 30סטע גאַס, דירה 1101). דער אײַנטריט פֿאַר מיטגלידער פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ איז $45 דאָלאַר און 70$ פֿאַרן ברייטן עולם. סטודענטן דאַרפֿן באַצאָלן $30 אויף שׂכר־לימוד.

שבת צו נאַכטס, 7 אַ זייגער אין אָוונט וועט מען אויפֿן זעלביקן אָרט ווײַזן דעם פֿילם באַזירט אויף „פֿישקע דער קרומער‟ מיט דוד אָפּאַטאָשו, דער זון פֿונעם שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו, אין דער הויפּט־ראָלע. נאָך דער ווײַזונג וועט ד״ר מאַרק קאַפּלאַן אָנפֿירן מיט אַ דיסקוסיע וועגן דעם פֿילם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: info@leagueforyiddish.org.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.