ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 07, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַקטריסע סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן דערוויסט זיך אַז אירע קרובֿים זענען געווען אין וואַרשעווער געטאָ

„דף עד” מיינט אַ בלאַט עדות. וואָס פֿאַר אַן עדות? עדות פֿון די קרבנות פֿונעם חורבן.

מרים מרגלית פון דער משה העס־גאַס אין ירושלים, די טאָכטער פֿון משה און דבֿורה שלאַמבערג, האָט אָנגעשריבן אַזאַ בלאַט עדות. זי האָט געשריבן אַז דער טאַטע איז געווען אַ סוחר. וואָס שייך קינדער שרײַבט זי אַז טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט 10 קינדער. אויף עבֿרית: מספר הילדים — 10.

צוויי קינדער, זלטה (זלאַטע) און מנדיל (מסתּמא מענדל) זענען געשטאָרבן אין דער וואַרשעווער געטאָ, האָט זי געשריבן. וווּ די אַנדערע זיבן, אין איינעם מיט טאַטע־מאַמע, זענען אומגעקומען האָט מרים מרגלית, לויטן דאָקומענט, שוין נישט געזען.

די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט דאָס רובֿ ייִדן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אויף זייער טויט קיין טרעבלינקע און מסתּמא איז דאָס געווען אויך דער גורל פֿון דער משפּחה שלאַמבערג.

פֿאַר וואָס דערמאָן איך עס הײַנט? ווײַל דער ברודער פֿון משה שלאַמבערג איז געווען דער עלטער־זיידע פֿון דער וועלט באַרימטער אַקטריסע, סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן, סקאַרלעט דזשאָהאַנסאָן האָט זיך דערוווּסט אַז אירע קרובֿים זענען געווען אין דער וואַרשעווער געטאָ אין דער פּראָגראַם Finding Your Roots. עס זעט אויס אַז קיינער דאָרט לייענט נישט קיין עבֿרית און האָט במילא איר נישט געזאָגט אז דער עלטער־זיידעס ברודער האָט געהאַט 10 קינדער; נישט נאָר די צוויי וואָס זענען געשטאָרבן אין די שרעקלעכע לעבנס באַדינגונגען פֿון דער געטאָ, נאָך פֿאַר דער פֿאַרשיקונג אין די אומברענג־לאַגערן.

מיט טרערן אין די אויגן האָט דזשאָהאַנסאָן געזאָגט אַז ס’איז איר שווער צו טראַכטן וועגן דעם אַז בשעת איר עלטער־זיידע שאול שלאַמבערג האָט פֿאַרקויפֿט באַנאַנעס אויף דער לאָדלעוו־גאַס אין מאַנהעטן, האָט זײַן ברודערס משפּחה געליטן שרעקלעכע יסורים אין דער וואַרשעווער געטאָ.

די באַרימטע שוישפּילערין האָט צוגעגעבן אַז דער טראַגישער גורל פון איר משפּחה אין פּוילן האָט נאָך מער פֿאַרשטאַרקט איר פֿאַרבינדונג מיט אירע וואָרצלען.


מענטשן אָן שײַכות צו ייִדיש קענען אויך מאַכן אַ צושטײַער צו דער ייִדישער טעאַטער־קולטור

אַז איך בין געווען אַ קינד האָט אונדזער דענטיסט געוווינט אויף דער זעלבער גאַס וואָס מיין משפּחה. ער איז געווען אַ שרעקלעכער דענטיסט אָבער גערעדט האָט ער פּויליש און פֿאַר מיין מאַמע דאָס איז געווען גענוג, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

הכּלל, איין מאָל לויף איך צו אים אויף דער גאַס און ווײַז אים אַ צאָן וואָס טוט מיר וויי. „נאָך דער אַרבעט בין אין נישט קיין דענטיסט,‟ האָט ער מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין און געזאָגט אז די מאַמע זאָל אים אָנקלינגען און דערליידיקן אַ וויזיט.

צו מיין דערשטוינונג האָב איך באַמערקט אויפֿן לעצטן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין רומעניע אַז זייער אַ סך אַקטיאָרן און זינגערס פאראינטערעסירן זיך בכלל נישט מיט ייִדיש און מיט דער ייִדישער סבֿיבֿה נאָך דער אַרבעט.

מיר זענען אַלע אײַנגעשטאַנען אין דעם זעלבן קליינעם האָטעל לעבן דעם ייִדישן טעאַטער און געגעסן דרײַ מאָל אַ טאָג אינעם זעלבן קליינעם האָטעל־רעסטאָראַן.

כּמעט קיינער פֿון זיי האָט נישט פּראָבירט אַפֿילו זיך צוהערן צו די שמועסן פֿון דעם ביסל ייִדיש רעדנערס וואָס זענען געזעסן בײַ די טישן און געפֿירט געשמאַקע שמועסן אויף מאַמע-לשון.

דאָרי ענגעל, דער יונגער אַקטיאָר פון תּל־אָבֿיבֿ איז געווען אַן אויסנאַם. ער איז יאָ געווען פֿאַראינטערעסירט צו רעדן מיט אונדז. הייסט עס אַז פֿאַר ענגלען איז ייִדיש נישט נאָר פּרנסה, נאָר אַ פּאַסיע. דאָס זעט מען אין זײַן שפּילן.

ענגעל איז אויפֿגעטראָטן אין אַ מאָנאָדראַמע, אַ באַאַרבעטונג פֿון יצחק באַשעוויס זינגערס „גימפּל תּם”. חוץ זײַנע גרויסע אַקטיאָרישע פעיִקייטן האָט ענגעל באַוויזן אַז ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור זענען אים נישט פֿרעמד.

אַגבֿ, האַווערד ריפּ, דער רעזשיסאָר פֿון דער מאָנאָדראַמע שטייט נישט בראש פֿון קיין ייִדישן טעאַטער. ער איז דער לײַטער פֿונעם „נפֿש” טעאַטער וואָס שפּילט דאָס רובֿ אין עבֿרית.

עס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס מענטשן וואָס האָבן נישט קיין שײַכות מיטן ייִדישן טעאַטער מאַכן אַ גרויסן צושטײַער צו אונדזער טעאַטראַלער קולטור.

איציק מאַנגערס „מגילה לידער”, למשל, האָט דער ייִדישער טעאַטער איגנאָרירט אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה, אין פּוילן נאָך דער מלחמה און אין אַנדערע ייִדישע טעאַטערס יענע יאָרן. די ישועה פֿאַר די „מגילה לידער” איז געקומען דווקא פֿון אַ באַנדע תּל־אָבֿיבֿער קינסטלערס און שרײַבערס. ערשט נאָכן געוואַלדיקן דערפֿאָלג אויף דער נישט־ייִדישער בינע האָבן די ייִדישע טעאַטערס פֿון וואַרשע ביז ניו־יאָרק זיך פֿאַרליבט אין מאַנגערס געניאַלן טעקסט.

דאָס ערשטע אָרט וווּ דער רעזשיסאָר שמואל בונים האָט געשטעלט די „מגילה לידער” איז געווען דער „כאַמאַם” אין יפֿו. איר ווילט מסתּמא וויסן וואָס כאַמאַם מיינט? כאַמאַם איז אַ שוויצבאָד. הייסט עס אַז נישט קיין טעאַטער נאָר אַן אַלטער טערקישער מרחץ איז וווּ מען האָט באַנײַט דעם רעפּערטואַר פֿון דער נאָכמלחמהדיקער ייִדישער בינע.