דערלאָזט נישט די ליקווידירונג פֿון ייִדיש אין ישׂראל!

Say No to the Liquidation of Yiddish in Israel!

Yehuda Blum

פֿון שושנה באַלאַבאַן־וואָלקאָוויטש

Published November 09, 2017.

בשעת מײַן קורצן באַזוך אין ישׂראל לעצטנס האָב איך באַוויזן צו פֿאָרן אויף אַ ריי ייִדישע אונטערנעמונגען, און עטלעכע פֿון זיי האָבן מיך דערקוויקט מיט זייער ייִדיש־לשון ווי, למשל, דער אַנסאַמבל יונגע זינגער וואָס זײַנען אויפֿגעטראָטן אין די ראַמען פֿון „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, צום נײַעם יאָר.

נאָך דעם איז פֿאָרגעקומען די פֿאָרשטעלונג „צוויי קוני־לעמל‟ אין אַ נײַער אויפֿפֿאַסונג אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אויסגעפֿירט אין ריין ייִדיש. איך שטרײַך אונטער „נאָר אויף ייִדיש‟ ווײַל ליידער קומען נישט אַלע ייִדישע אונטערנעמונגען פֿאָר נאָר אין ייִדיש; זיי זײַנען אַ העלפֿט ייִדיש און אַ העלפֿט העברעיִש. אין „לייוויק־הויז‟, צום בײַשפּיל, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען זייער אַ בכּבֿודיקער אָוונט געווידמעט די אומגעבראַכטע שרײַבער און קינסטלער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז אַ טייל געווען אויך אויף העברעיִש. איך שטרײַך אונטער נאָר וואָס כ׳האָב באַוויזן מיטמאַכן אין דער קורצער צײַט.

כ׳ווייס אַז אין ישׂראל לערנט מען ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן, אין „שלום־עליכם־הויז‟ איז איבערפֿול מיט סטודענטן וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. דאָס אַלץ האָב איך נישט באַוויזן מיטמאַכן בשעת מײַן קורצן באַזוך.

דער פּאַראַדאָקס איז, וואָס אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַ נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אַ דאַנק דעם אָפֿיציעלן באַשלוס אין דער כּנסת, אָבער ייִדיש הערט מען אַלץ ווייניקער אין מלוכישן ראַדיאָ. די נעבעכדיקע 15 מינוט אַ טאָג, וואָס מע האָט איבערגעגעבן פֿון ירושלים אויף ייִדיש האָט מען פֿאַרביטן אויף איין שעה אַ וואָך, וואָס אַ העלפֿט פֿון דעם איז אויף העברעיִש.

הייסט עס, אַז די פּראָגראַם „אַלץ אויף ייִדיש‟, וואָס איז געווען קוים אַ האַלבע שעה אַ וואָך, אַ פּראָגראַם וועגן קולטור און קונסט מיט נײַע און אַלטע ייִדישע לידער, טעקסטן, סקעטשן, פּאָעזיע, נײַעסן פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט, אויף ריין ייִדיש, וואָס האָט דערקוויקט די ייִדן וועלכע זײַנען געקומען פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש וואָרט, און נישט נאָר זיי אויך די ותּיקים — דאָס אַלץ האָט מען ליקווידירט.

איך טענה חלילה נישט קעגן העברעיִש. העברעיִש איז דאָך די שפּראַך פֿון אונדזער לאַנד. אָבער העברעיִש האָט מען יעדן טאָג אַ גאַנצן טאָג. לויט מײַן באַשיידענער מיינונג און אויך דורך מײַנע שמועסן מיט ייִדיש־רעדנדיקע, און ייִדיש־הערנדיקע, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַראָפּצונעמען אַ פּראָגראַם, וואָס איז אין גאַנצן ייִדיש, איז אַן עבֿירה לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור, קולטור, קונסט און נײַעס פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט.

דער אמת איז, אַז די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור פֿירט אַדורך פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען, גיט אַרויס ביכער, שטיצט שרײַבער, זינגער, אָבער לאָמיר זיך נישט נאַרן: ייִדן הערן ראַדיאָ אַ סך מער ווי זיי לייענען ביכער, אָדער קומען אויף אַן אונטערנעמונג. ראַדיאָ קאָן מען הערן יעדן טאָג און יעדער שעה, מע דאַרף נישט אַרויס פֿון שטוב און אין געוויסע פֿאַלן קאָן מען נישט אַרויס פֿון שטוב. די דאָזיקע צוהערער וועלן, צום באַדויערן, נישט פּראָטעסטירן קעגן דער גזירה. טאַקע דערפֿאַר דאַרפֿן זיי אַז עמעצער זאָל עס טאָן פֿאַר זיי.