ליאַ קעניג און ד״ר יחיאל שיינטוך — הײַיאָריקע לאַורעאַטן פֿון אינסטאַנץ־פּריז

Israeli Government Recognizes Lea Koenig and Yechiel Szeintuch

דער אַקרטיסע ליִאַ קעניג און דער ליטעראַטור־פֿאָרשער ד״ר יחיאל שיינטוך
Wikimedia Commons
דער אַקרטיסע ליִאַ קעניג און דער ליטעראַטור־פֿאָרשער ד״ר יחיאל שיינטוך

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 15, 2017.

די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין ישׂראל האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז זי וועט הײַיאָר צוטיילן איר יערלעכע פּרעמיע פֿאַר דערגרייכונגען אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור דער אַקרטיסע ליִאַ קעניג און דעם ליטעראַטור־פֿאָרשער ד״ר יחיאל שיינטוך. מע וועט אויסטיילן די פּרעמיעס מאָנטיק, דעם 27סטן נאָוועמבער, אויף אַ צערעמאָניע בײַם קולטור־צענטער „ענבֿ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 6:30 אין אָוונט.

אַ געבוירענע אין לאָדזש, פּוילן, איז ליִאַ קעניג שוין יאָרצענדליקער איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אַקטריסעס אויף דער העברעיִשער בינע אין ישׂראל. כאָטש זי איז דווקא מער באַקאַנט פֿאַר איר צושטײַער צום העברעיִשן טעאַטער, האָט זי קיינמאָל ניט אויפֿגעהערט צו שפּילן אויף ייִדיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק איז זי, למשל, געקומען אויפֿן ערשטן „קולטורפֿעסט‟ און באַחנט דעם עולם מיט איר „סטענדאָפּ‟־קאָמעדיע אויף ייִדיש. לעצטנס שפּילט זי אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אויף ייִדיש אין דער פּאָפּולערער פּראָגראַם „שטיסל‟.

אַ געבוירענער אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, איז ד״ר יחיאל שיינטוך שוין לאַנגע יאָרן אָנערקענט ווי איינער פֿון די גרעסטע מומחים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. צווישן אַנדערע טעמעס האָט ער אויסגעפֿאָרשט די אַמאָליקע פּוילישע ייִדישע פּרעסע און די ווערק וואָס מע האָט געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן, און האָט אַרויסגעגעבן אַרטיקלען און ביכער וועגן די ווערק פֿון אַהרן צײַטלין, אַבֿרהם סוצקעווער, מענדעלע מוכר־ספֿרים, מרדכי שטריגלער, ה. לייוויק, קאַצעטניק, דער טונקלער, ישעיהו שפּיגל און יצחק קאַצענעלסאָן.

אַחוץ דעם וואָס ער איז דער מחבר פֿון הונדערטער אַקאַדעמישע אַרטיקלען, האָט ער אויך רעדאַקטירט צענדליקער וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש און אין דער העברעיִשער איבערזעצונג.