אַז ס׳לעבן איז קאָמפּליצירט, מוז דער פֿאָרווערטס אױך אַזױ זײַן

Since Life Is Complicated, the Forverts Should Be, Too

Yehuda Blum

פֿון שלום בערגער

Published November 16, 2017.

איך האָב לעצטנס איבערגעלייענט דעם עדיטאָריאַל פֿון מײַן רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער, „וואָס וויל דער פֿאָרווערטס‟?, װוּ זי שרײַבט אַז אין די דאָזיקע שטורמישע צײַטן פֿול מיט פּאָליטישן, מאָראַלישן, און עקאָנאָמישן קריזיס — און װאָס נישט? — איז דער בעסטער אָפּרוף מצד איר צײַטשריפֿט — נישט צו שרײַבן װעגן דעם בכלל.

באמת. שעכטער דערציילט װי די רעדאַקציע איז זיך צונױפֿגעקומען נאָך די פּרעזידענטישע װאַלן אין נאָוועמבער 2016, יענעם פֿינצטערן נצחון פֿון די טראָמפּישע כּוחות, און זיך געפֿרעגט, צי זאָלן מיר שרײַבן װעגן די סיבות פֿון דעם אומגעריכטן געשעעניש?

ענטפֿערט שעכטער, אַז נײן. דװקא נישט. זאָל מען נישט שרײַבן װעגן דעם אָנגעשטרענגטן היסטאָרישן מאָמענט, נאָר אַרױפֿשטעלן פֿאַרװײַלערישע װידעאָס. והא־ראיה, אײנער אַזאַ װידעאָ האָט צוגעצױגן אַ מחנה „לײַקס“ און האָט זיך אָנגעכאַפּט װי פֿײַער.

מיטן גרעסטן דרך־ארץ צו דער רעדאַקטאָרשע, װאָס טראָגט אַ שװער אַחריות, מוז איך קלאָר אױסדריקן די מײנונג אַז זי פֿאַרמישט קאַשע מיט באָרשט. אָדער — בעסער געזאָגט — זי דערלאַנגט באָרשט, און זאָגט דעם עולם, ס׳איז לאַטקעס.

װאָס בין איך אױסן? שעכטער איז גערעכט װען זי שרײַבט, אַז די שליחות פֿון פֿאָרװערטס באַשטײט פֿון שאַפֿן אַ קהילה צװישן ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. װי אַ נישט־חרדישע צײַטשריפֿט מוז דער פֿאָרװערטס ביז אַ געװיסער מאָס פּרוּװן איבערװאַרפֿן אַ בריק צװישן פֿאַרשײדענע סעקטאָרן — חסידים און װעלטלעכע, ייִדן און נישט־ייִדן.

אָבער נאָר ביז אַ געװיסער מאָס. װײַל דער פֿאָרװערטס, היסטאָריש און הײַנט צו טאָג, איז נישט קיין חרדישע צײַטונג, ס׳איז אַ װעלטלעכע אױסגאַבע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן צו דינען זשורנאַליסטישע צילן. די אַרבעט פֿון אַ צײַטונג איז נישט נאָר „איבערצוגעבן די נײַעס,“ נאָר אױסצופֿאָרשן פֿראַגעס װאָס זײַנען װיכטיק, אַפֿילו ברענענדיקע און אָנגעװײטיקטע, פֿאַר די לײענערס.

הײסט עס, די ייִדישע קולטור איז נישט נאָר פֿאַרװײַלונג. װען מיר װאָלטן באַגרענעצט אונדזער צײַטשריפֿט בלױז אױף „טענצע און געזענגע“ (װי עס פֿלעגט זיך אָפֿט מאָל אױסדריקן שיקל פֿישמאַן ע״ה) װאָלטן מיר אָפּגעהאַקט די פֿליגל פֿון אונדזער לעבעדיקער טראַדיציע און הײַנטיקער שאַפֿערישקײט. נישט נאָר מיט שׂימחה פֿאַרנעמט זיך די קולטור, נאָר מיט אַלץ װאָס האָט צו טאָן מיט לעבן און טױט, פֿרײדן און לײדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.