פֿאָטאָגראַפֿין באָני געלער־געלד כאַפּט אַראָפּ רגעס פֿון מענטשלעכקייט

Photographer Bonnie Geller-Geld Captures Moments of Humanity

לענאַרד בערנשטײַן, בעת זײַן 70סטן געבוירן־טאָג־קאָנצערט אין טענגלװוּד, ניו־יאָרק, 1988
Bonnie Geller Geld
לענאַרד בערנשטײַן, בעת זײַן 70סטן געבוירן־טאָג־קאָנצערט אין טענגלװוּד, ניו־יאָרק, 1988

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published November 19, 2017.

קוקנדיק אויף איר פּאָרטפֿעל קען מען מיינען אַז באַני געלער־געלד איז אַ ביסלֹ ענלעך צו זעליג, דער העלד אין וווּדי אַלענס פֿילם מיטן זעלבן נאָמען, וואָס האָט אַ טאַלאַנט זיך אַרייַנצוגנבֿענען אין אַלע גרויסע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. 

אין 1988 האָט זי, אויסגעשטאַט מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט (דעם קאַנאָן DSLR), אַראָפּגעכאַפּט דעם מאָמענט ווען דער דיריגענט לענאַרד בערנשטײַן האָט זיך פֿאַרנייגט במשך פֿון זײַן 70סטן געבוירן־טאָג־קאָנצערט אין טענגלװוּד, מאַסאַטשוסעטס. אין 1985 האָט זי מיט איר קאַמערע אויפֿגעכאַפּט די היפּוכדיקע פּאָליטישע סטילן פֿונעם דעמאָלטדיקן ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר בײַ דער „יו־ען‟, בנימין נתניהו, און פּרעמיער שמעון פּרס בעת אַ סעסיע פֿון דער „יו־ען‟.

געלער־געלד האָט אויך באַוויזן צו רעקאָרדירן יענע טאָגטעגלעכע רגעס וואָס אַ צװײטער װאָלט אפֿשר נישט באַמערקט ווי, למשל, די נימפֿעטקע אויף דער באַן וואָס לייענט „לאָליטאַ‟; דאָס פּאָרל וואָס נע־ונדעוועט אָן קיין פֿעסטן אַדרעס; דער טרעגער וואָס שלעפּט אַ וואַגאָנעטקע פֿול מיט קעסטלעך אין אַ ירושלימער שניי, אָדער דער ייִד וואָס דאַוונט אין אַ שיל לעבן אוישוויץ אין אַ בילד וואָס דערמאָנט אין די מאָלערײַען פֿון ווערמיר.

Bonnie Geller Geld

דאָס וואָס בינדט צונױף געלער־געלדס אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס איז דער אומגעריכטער מאָמענט ווען, װי געלער־געלד זאָגט אַלײן, „איך געפֿין אַ געוויסן חן אין מײַן סוביעקט,” זאָגט געלד. „איך זוך נישט די מיאוסקייט אין לעבן.”

דאָס מיינט נישט אַז געלער־געלד האַלט „די מיאוסקייט” פֿאַר אַ טרייפֿענער טעמע פֿאַר אַ פֿאָטאָגראַף. „איך בין פּשוט נישט פֿון יענע פֿאָטאָגראַפֿן וואָס זוכן עפּעס שאָקירנדיקס אין זייערע בילדער,‟ זאָגט זי. „׳אַדרבא. איך זוך גיכער אַ סובטילע אַנטפּלעקלונג פֿון מײַן סוביעקטס מענטשלעכקייט.‟

Bonnie Geller Geld

געלער־געלדס בעסטע לערערס זענען אַלײן געווען אַן עדות פֿון די דראַמעס וואָס שפּילן זיך אויס אין די גאַסן, שלאַכטפֿעלדער, פֿאַבריקן, קונסט־אַטעליעען און קאָנצערטזאַלן. אָנגעזעענע פֿאָטאָגראַפֿן ווי וואָלטער ראָזענבלום, וועמענס פּאָרטפֿעל נעמט אַרײַן דעם טאָג פֿון דער נאָרמאַנדיער אינוואַזיע, 1944 און מיידל מיט פּאָליאָ, ריווינגטאָן גאַס, ניו־יאָרק, 1938 האָבן משפּיע געװען אױף איר אַרבעט. און אויך: מעל ראָזענטאַל וואָס זײַן אַפּאַראַט האָט דאָקומענטירט דעם אונטערגאַנג פֿונעם „סאַוט־בראָנקס‟ אין די 1970ער יאָרן. אַרנאָלד ניומאַן, וואָס איז באַוווּסט פֿאַר האָבן געזאָגט: „מע פֿאָטאָגראַפֿירט נישט מיט אַפּאַראַטן, נאָר מיטן האַרץ און פֿאַרשטאַנד,” שפּיגלט אָפּ געלער־געלדס אייגענע געפֿילן וועגן פֿאָטאָגראַפֿיע. זי זאָגט טאַקע אַז די אינטענסיווקייט וואָס מע זעט אין ניומאַנס פּאָרטרעטן פֿון פּיקאַסאָ, סטראַווינסקי, לינדאָן ב. זשאַנסאָן און הונדערטער אַנדערע באַקאַנטע פֿיגורן פֿונעם מיטן ביזן סוף 20סטן יאָרהונדערט איז ממש „פֿאַנטאַסטיש‟.

געלער־געלד האָט אַנטדעקט די בראַנזשע ווען זי האָט מיטן געלט וואָס זי האָט באַקומען לכּבֿוד איר גראַדויִרן פֿון אַ רעפֿאָרם תּלמוד־תּורה געקויפֿט איר ערשטן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. ווי אַ 15־יאָריק מיידל איז זי געווען זיכער אַז דאָס אַראָפּנעמען בילדער איז סתּם אַ צײַטפֿאַרטרײַב און מיט דער צײַט וועט זי אַרײַן אין אַ מער „באַלעבאַטישער‟ פּראָפֿעסיע. אָבער נאָך צוויי וואָכן אין אַ יוריספּרודענץ־שול האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די שול און זיך פֿאַרשריבן אין דער „זשערמיין שול פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע‟ אין מאַנהעטן. נאָכן פֿאַרענדיקן די אַכט־חדשימדיקע פּראָגראַם אין 1976 האָט געלד אויפֿגעהאָנגען אירס אַ וויזיט־קאַרטל אויף אַ מעלדטאָוול פֿון דער גראַדויִר־שול בײַ דער ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט און אין גיכן האָט איר אָנגעקלונגען אַ פֿאָרשטייער פֿונעם פֿילאָסאָפֿיע־אָפּטייל.

„מע האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַם אָרגאַניזירן אַ סימפּאָזיום לכּבֿוד 200 יאָר זינט דער אַמעריקאַנער אָפּהענגיקייט און זיי האָבן געזוכט אַ פֿאָטאָגראַף,‟ זאָגט זי. „אָט דאָס איז געוואָרן מײַן ערשטע שטעלע.‟

כּדי צונויפֿצוזאַמלען אַ רייסטער פֿון אָנגעזעענע קליענטן האָט זי עטלעכע יאָר לאַנג געאַרבעט ווי אַ סעקרעטאַרשע און פֿאָטאָגראַפֿין בײַ דער קאָרפּאָראַטיווער אַדוואָקאַטן־פֿירמע „ווײַל, גאָטשאַל און מאַנגעס‟. בײַם אָנהייב פֿון די 1980ער יאָרן האָט זי שוין באַקומען באַשטעלונגען פֿון אַ צאָל ניו־יאָרקער ייִדישע אינסטיטוציעס, זי זאָל פֿאָטאָגראַפֿירן זייערע אונטערנעמונגען און פּאָרטרעטן. צווישן זיי: דער „יו־דזשיי־איי‟, דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, „הדסה‟, „ישׂראל באַנדז‟ און דער „סינאַגאָגע קאַוּנסל פֿון אַמעריקע‟. שפּעטער האָט זי אויך באַשטעלט די „דזשוליאַרד מוזיקשול‟, „לינקאָלן צענטער‟, „קאַנאַל 13‟, „דער ניו־יאָרק טײַמס‟, „דער ניו־יאָרק פּאָסט‟ און אַנדערע. 
מיט דער צײַט האָט געלער־געלד אײַנגעזען אַז דאָס פֿאָטאָגראַפֿירן איז בײַ איר נישט בלויז אַ פֿאַך, נאָר אַ פֿאַרגעניגן. דאָס אַראָפּנעמען בילדער אויף אַן אונטערנעמונג פֿון דער „יו־דזשיי־איי‟ האָט איר געשאַפֿן פּונקט אַזאַ הנאה ווי דאָס פֿאָטאָגראַפֿירן די נאַטור אינעם שטעטל טאַנערסוויל אין די קאַטסקיל־בערג, ווי זי מיט איר מאַן אײַזיק האָבן געפּראַוועט די זומער־חדשים. זי און אײַזיק געלד, אויך אַ פֿאָטאָגראַף, האָבן זיך באַקענט דורכן „מאַרטין שטײַנבערג צענטער פֿאַר ייִדישע קינסטלער‟, אַן אָרגאַניזאַציע אין מאַנהעטן במשך פֿון די יאָרן 1976 און 1985.

אַ סך פֿון געלער־געלדס פֿאָטאָגראַפֿיעס שילדערן די פֿרומע ייִשובֿים אין ניו־יאָרק און ישׂראל. איין שוואַרץ־און־ווײַס בילד פֿון 1981 שילדערט אַ באַשיידענע גרופּע מענער און פֿרויען וואָס דאַוונען ברכּת־החמה — אַ ברכה וואָס מע מאַכט יעדע 28 יאָר ווען די זון פֿאַרענדיקט איר ציקל — אויפֿן „עמפּײַער סטייט בנין‟. אַ צווייט בילד פֿון יענער תּקופֿה אין קראַון הײַטס, ברוקלין, שילדערט פֿאַרנומענע טאַטעס מיט זייערע שפּילעוודיקע קינדער פּורים־צײַט. דאָס זעלבע געמיש פֿון קאַפּריז און ערנסטקייט זעט מען אין אירע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם באַלעט־טענצער רודאַלף נורייעוו ווי אויך זובין מעטאַ בײַם דיריגירן דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.

Bonnie Geller Geld

נאָך דעם וואָס זי און אײַזיק האָבן חתונה געהאָט האָט געלער־געלד דערזען אַז זי האָט אַ טאַלאַנט צו לערנען קינדער. האָט זי אָנגעהויבן לערנען קורסן אין פֿאָטאָגראַפֿיע און שפּעטער — אין ענגליש. די טעג פּלאַנירט זי אויסצוניצן סײַ אירע פֿאָטאָגראַפֿישע סײַ אירע ליטעראַרישע פֿעיִקייטן צו לאַנצירן עטלעכע אויסשטעלונגען און פּובליקירן איר פּאָרטפֿעל.


„ווי אַ דאָקומענטאַרישע פֿאָטאָגראַפֿין אינעם נוסח פֿון מעל ראָזענטאַל אָדער וואָלטער ראָזענבלום האָב איך תּמיד געזוכט די אינערלעכע גוטסקייט בײַ מענטשן,” זאָגט זי. ׳׳יעדעס מאָל וואָס איך אַנטפּלעק דעם חן בײַ אַ קינסטלער אָדער בײַ סתּם מענטשן, איז מיר גוט ווי די וועלט.‟

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7
  • Image 8
  • Image 9
  • Image 10
  • Image 11
  • Image 12
  • Image 13
  • Image 14




Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.