מרים האָפֿמאַן וועט לאַנצירן איר ביכל זכרונות אין ניו־יאָרק

Miriam Hoffman to Launch Her Memoirs in New York


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 21, 2017.

די ייִדישע דראַמאַטורגין און לאַנגיאָריקע „פֿאָרווערטס” קאָלומניסטקע מרים האָפֿמאַן וועט דאָנערשטיק, דעם 30סטן נאָוועמבער, לאַנצירן איר נײַ ביכל זכרונות אין ניו־יאָרק אויף אַן עפֿנטלעכן סיום־הספֿר.

דאָס ביכל זכרונות, A Breed Apart: Reflections of a Young Refugee (אַ באַזונדערע ראַסע: דערמאָנונגען פֿון אַ יונגן פּליט) שילדערט אירע פֿינף יאָרן אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און איר באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל, דאָס ערשטע וואָס האָפֿמאַן פּובליקירט אויף ענגליש, ווערט אַרויסגעגעבן מיט דער שטיצע פֿון דער „ייִדישקייט־איניציאַטיוו”, אַ נײַע פֿונדאַציע מיט וועלכער עס פֿירט אָן איר זון, דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן. דער רווח פֿונעם פֿאַרקויף וועט העלפֿן אונטערשטיצן די „ייִדישקייט־איניציאַטיוו.” 

אַחוץ מרים האָפֿמאַן אַליין וועלן אויך אויפֿטרעטן די פֿידלערין און קאָמפּאָזיטאָרין ליסאַ גוטקין; די אַקטריסע, זינגערין און רעזשיסאָרקע עלענאָר ריסאַ און דער אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן. האָפֿמאַן און ריסאַ וועלן ביידע פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿונעם בוך. נאָך דער פּראָגראַם וועט מרים האָפֿמאַן ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם און אונטערשרײַבן עקזעמפּלאַרן פֿון איר בוך. 

דער סיום־הספֿר וועט פֿאָרקומען זיבן אַ זייגער אין אָוונט בײַם Powerhouse Arena אין דומבאָ, ברוקלין. דער זאַל, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אַ קייט אומאָפּהענגיקע ביכערקראָמען, ווערט גענוצט דורך באַרימטע מחברים וואָס מאַכן טורן לטובֿת זייערע ביכער. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קבלת־פּנים, באַזוכט: https://www.powerhousearena.com/events/book-launch-a-breed-apart-reflections-of-a-young-refugee-by-miriam-hoffman/

מרים האָפֿמאַן וועט אויך באַערט ווערן מיט אַ טאָג פֿריִער — מיטוואָך, דעם 29סטן נאָוועמבער — לכּבֿוד איר אויפֿגענומען ווערן אין דער „בראָנקסער ייִדישער שטערן־גאַלעריע” (Bronx Jewish Hall of Fame). אין דער פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר בײַם „בראָנקסער קונסטמוזיי”, וועט מען באַערן אַכט פּראָמינענטע בראָנקסער ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם בייסבאָל־שפּילער ראָן בלומבערג, דעם אַרכיטעקט דניאל ליבעסקינד און דעם פּראָפֿעסיאָנעלן אינוועסטירער (און „פֿאָלקסבינע”־מעצענאַט) דזשעפֿרי ווײַזנפֿעלד. 

די צערעמאָניע וועט אָנפֿירן רובען דיאַז, דער בראָנקס־פּרעזידענט, און די ראַדיאָ־רעפּאָרטערקע דזשוליעט פּאַפּאַ. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.broadwayworld.com/article/Miriam-Hoffman-to-Be-Inducted-into-the-Bronx-Jewish-Hall-of-Fame-New-Book-Out-This-Month-20171114.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.