דער פּאַלעסטינער גלות־השכינה

The Palestinian Shechinah's Exile

מוסאַלאַם באַדאַרין באַקומט זײַן ערשטן פּריז פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע
מוסאַלאַם באַדאַרין באַקומט זײַן ערשטן פּריז פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 21, 2017.

מיט מוסאַלאַם באַדאַרין האָב איך זיך באַקענט בערך מיט עטלעכע יאָר צוריק, ווען ער האָט געעפֿנט זײַן זײַטל אויפֿן „פֿייסבוק‟. אַ יונגער קינסטלער פֿון על־כאַליל, ווי די פּאַלעסטינער רופֿן אָן חבֿרון, האָט ער מיך פֿאַרחידושט מיט זײַנע ווערק — בעצם אומפּאָליטישע, אָבער אָנגעלאָדן מיטן געפֿיל פֿון אומעט, פֿאַרשלאָסנקייט און מרה־שחורה.

נישט לאַנג צוריק, נאָך אַ געראָטענער אויסשטעלונג, האָט באַדאַרין צום ערשטן מאָל באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער פּאַלעסטינער רעגירונג. זײַן קונסט זעט אויס פֿינצטער און אַפֿילו שרעקעדיק. פּיפּערנאָטערישע קעץ, דער שוידער פֿונעם ביטערן לעבן, צעריסענע שאַרבנס. אַליין איז דער מאָלער אַ באַשיידענער מענטש, וואָס חבֿרט זיך מיט כּלערליי מענטשן. נישט לאַנג צוריק זענען זײַנע ווערק דערשינען אין אַ רוסיש־שפּראַכיקן זשורנאַל, וווּ איך האָב פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן חסידות און קבלה. אין יענעם נומער האָבן זיך אויך געפֿונען אַרטיקלען פֿון אַ צאָל ישׂראלדיקע לינקע אַקטיוויסטן און פּאַלעסטינער. באַדאַרינס בילדער האָבן צוגעגעבן דעם זשורנאַל־נומער אַ געוויסן שוואַרצן שאַרם פֿון דעפּרעסיע.

באַדאַרין האָט מיר דערציילט, אַז ער איז מסוגל „נתגלגל צו ווערן‟ אין די אימאַזשן פֿון פֿאַרשיידענע טראַגישע סיטואַציעס, וואָס מאַכן אויף אים אַ רושם. יעדע באַשעפֿעניש — אַ מענטש צי אַ חיה — האָט אַן אייגענע עקזיסטענץ מיט אירע אייגענע געפֿילן, אין וועלכעס לאַנד זי זאָל נישט לעבן. „איך בין אַ קינד פֿונעם לעבן אַליין‟, באַטאָנט דער קינסטלער.

אין זײַן קונסט, פֿאָקוסירט ער זיך נישט בלויז אויף דער דיסקרימינאַציע פֿון די פּאַלעסטינער אין ארץּ־ישׂראל. אויך די דיסקרימינאַציע פֿון די אַפֿריקאַנער אין אַמעריקע, אַמאָל און הײַנט, דער גענאָציד פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער און די שרעקלעכע עקספּערימענטן מיט די רענטגען־שטראַלן איבער די לעבעדיקע מענטשן אין די אַמעריקאַנער 1930ער דינען פֿאַר אים ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע. הגם די נאַציס האָבן פֿאַרוואַנדלט די רענטנגען־עקספּערימענטן אין אַ בפֿירושער טויטמאַשין, האָבן אַ צאָל אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און שוועדן — אַ לאַנד, וואָס ווערט הײַנט אַסאָציירט מיט שלום און נייטראַליטעט — זיי אויסגענוצט מיט צוויי דורות צוריק פֿאַר שוידערלעכע צוועקן. און אַפֿילו די שטוב־בהמות און חיות, טענהט באַדאַרין, ווער יעדן טאָג געשאָכטן אויף שרעקלעכע אופֿנים.

אין קיין ספּעציעלער קונסטשול איז באַדאַרין נישט געגאַנגען; פֿון קינדווײַז אָן האָט ער ליב געהאַט צו מאָלן און במשך פֿון צײַט אויסגעאַרבעט זײַן אייגענעם סטיל. ער באַצירט צומאָל זײַנע אייגענע העמדער מיט די טראַדיציאָנעלע פּאַלעסטינער אויסגעשטיקטע אוזאָרן, אויפֿן סמך פֿון זײַן מאַמעס פֿאָלקסקונסט. די אויסגעשטיקטע אוזאָרן אויף די פֿרויענקליידער בלײַבן איינער פֿון די וויכטיקסטע עלעמענטן פֿון דער פּאַלעסטינער קונסט־טראַדיציע. עס זענען פֿאַראַן מערקווירדיקע חילוקים צווישן די שטאָטישע לײַט, די תּושבֿים פֿון דערפֿער און די בעדויִנער. די סאַמע טראַדיציאָנעלע אויסגעשניטעטע קליידער זענען פֿאַרשפּרייט צווישן די „פֿעלאַכן‟ — די דאָרפֿישע לײַט; אַ מומחה אין דער פּאַלעסטינער פֿאָלקסקונסט קאָן אַפֿילו באַשטעטיקן, פֿון וואָס פֿאַר אַ דאָרף קומט די פֿרוי גענוי, קוקנדיק אויף איר קלייד.

באַדאַרין חבֿרט זיך מיט כּלערליי מענטשן, אַרײַנגערעכנט, ווי געזאָגט, די רוסישע ייִדן. וואָס שייך ייִדיש, בין איך דערווײַל זײַן ערשטער באַקאַנטער, וואָס קען די שפּראַך. ווי אַ נײַגעריקער מענטש, וויל ער אָבער וויסן מער וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

אין נאָוועמבער, זײַענדיק אין פֿראַנקרײַך, האָב איך באַמערקט אויף באַדאַרינס „פֿייסבוק‟־זײַט מײַנע אַ ווירטועלע באַקאַנטע, אַ מוסולמעניש מיידל פֿון איראַן, וואָס אינטערעסירט זיך מיט פֿאַרשיידענע מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש און ייִדיש. קיין גרויסן חידוש איז עס פֿאַר מיר נישט געווען, ווײַל איך קען שוין אַן איראַנער אַ ייִדישיסט, אַ געוועזענעם סטודענטן פֿון דער באַרימטער סעמינאַריע אין דער שטאָט קום, וווּ זיי גרייטן צו די אַיאַטאָלעס. וועגן אַן אַנדער אַראַבישער חבֿרטע פֿון לבֿנון, וועלכע האָט שטודירט פּערסיש אין איראַן, רוסיש אין רוסלאַנד און ייִדיש אין פּאַריז (פֿראַנצויזיש קען זי פֿון קינדווײַז אָן, ווי ס׳רובֿ מענטשן אין לבֿנון), האָב איך שוין געשריבן. עס טרעפֿן זיך למעשׂה אַראַבער און איראַנער, וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש מער, ווי גײַסטיק אַסימילירטע אַשכּנזישע ייִדן…

אַז מע רעדט וועגן די אַראַבער, האָב איך מיט 20 יאָר צוריק, וווינענדיק אין לאָנדאָן, געכאַפּט אַ שמועס אויף ייִדיש מיט אַ פּאָר עלטערע ייִדיש־רעדנדיקע פּאַלעסטינער פֿון שכם און חבֿרון (בײַ זיי — נאַבלוס און על־כאַליל). איינער האָט פֿאַרקויפֿט מיידלשע קליידער די אָרטיקע סאַטמאַרער חסידים אין סטאַמפֿאָרד־היל, דעם חסידישן צענטער פֿון לאָנדאָן. דער צווייטער האָט געהאַלטן אַ קרעמל מיט פּראָדוקטן, בתוכם „היימישע‟ מיט אַ הכשר, לעבן דער שיל פֿון נטורי־קרתּא, „סטראַטעגיש‟ געשטעלט קעגנאיבער אַ מעטשעט; פֿרײַטיק אויף דער נאַכט האָבן די מתפּללים פֿון ביידע ערטער כּסדר באַגריסט איינער דעם צווייטן אויף דער גאַס, מיט „שלום־עליכם‟ און „אַסאַלאַם אַלייקום‟.

די הענדלער האָבן גוט געקענט די חסידישע מאָדעס און גערעדט אויפֿן ירושלימער געמיש פֿונעם ליטווישן און אונגערישן „היימישן‟ ייִדיש. אין דער אמתן, איז די „סטראַטעגיע‟ פֿונעם קרעמל באַשטאַנען אין דעם, וואָס די פּאַלעסטינער און אָרעמע ירושלימער ייִדן האָבן אײַנגעקויפֿט די הײַזער אויף איינער פֿון די סאַמע צוטריטלעכע סטאַמפֿאָרד־הילער גאַסן — נישט די רויִקסטע, אָבער איינע פֿון די ביליקסטע.

פֿאַר די ביידע קהילות איז געווען גרינגער צו קויפֿן אַ הויז אויף אַן אומרויִקער גאַס, וווּ אַ פּאַלעסטינער שולקינד האָט אַמאָל געגעבן אַ סאַטמאַרער בחורל אַ שטאָך מיט אַ מעסער. די משפּחה האָט אָפּגעצאָלט אַ קאָמפּענסאַציע און די נטורי־קרתּאניקעס האָבן דורכגעפֿירט אַ שמועס מיט די אָרטיקע פּאַלעסטינער, וועלכע האָבן געגעבן דעם ייִנגל גוטע פּעטש. וואָס מע זאָל נישט מיינען וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון די טיף־פֿרימסטע ייִדן און די אַראַבישע כוליגאַנען אויף דער לאָנדאָנער גאַס, האָבן זיך די עלטערן געגעבן אַן עצה זיך צונויפֿצורעדן. באַדאַרינס דעפּרעסיווע קונסט האָט מיר דערמאָנט אין אָט־דער מעשׂה פֿון 20 יאָר צוריק.

די טעמעס פֿון גוואַלד, אַנגסט, דעפּרעסיע און קאָנפֿליקטן זענען פּראָמינענט אין באַדאַרינס ווערק. טורמעס, רציחה און קעץ זענען די באַליבטסטע פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע בילדער. אַ קאַץ איז אַ מיסטעריעזע חיה, וואָס גיט זיך אַלעמאָל אַן עצה אַרומצוגיין פֿרײַ אַפֿילו אינעם סאַמע פֿינצטערן אורבאַניסטישן פּייזאַזש. ווען ער האָט, למשל, רעטושירט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון הרבֿ דוד באַרקין ז״ל פֿון דער טעלזער ישיבֿה אין קליוולענד, אָהײַאָ, פֿאַר דער באַקאַנטער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟, האָט זיך ווידער באַקומען אַ פּנים פֿון אַ דערשלאָגענעם מענטש.

די פּאַלעסטינער קונסט ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט פּאָליטיק. באַדאַרינס ווערק האָבן אָפֿט מאָל צו טאָן מיט דער טעמע פֿון פּאָליטישער באַפֿרײַונג אָבער בדרך־כּלל האָבן זיי אַן אוניווערסאַלן טעם. אַ זײַטיקער מענטש וואָלט, מסתּמא, נישט געטראַכט, אַז דער קינסטלער וווינט דווקא אין חבֿרון. אַ ייִדישער צוקוקער וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז די עיקר־טעמע פֿונעם קינסטלערס ווערק איז גלות — סײַ דער מענטשלעכער נע־ונד אין דער אומיושרדיקער וועלט, סײַ דער מיסטישער גלות־השכינה. ווי אַ ביטערע איראָניע, זענען די פּאַלעסטינער קינסטלער, צעריסן צווישן דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע און דער אייגענער ביוראָקראַטיע בראָש מיט מאַכמוד אַבאַס, באַזונדערס מסוגל אויסצודריקן די דאָזיקע קבלה־קאָנצעפּציע.