נײַע זאַמלונג לידער פֿון ירמיהו אַהרן טאַוב

New Poetry Collection by Yermiyahu Ahron Taub

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 26, 2017.

אין ישׂראל איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק אַ נײַע זאַמלונג לידער פֿונעם פּאָעט ירמיהו אַהרן טאַוב — „אַ מויז צווישן וואַקלנדיקע וואָלקן־קראַצערס.‟

כאָטש טאַוב איז ניט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער פּאָעזיע, איז די דאָזיקע זאַמלונג זײַן ערשטע, אין וועלכער עס שליסן זיך אײַן בלויז ייִדישע לידער. די זאַמלונג נעמט אַרײַן סײַ לידער, וואָס זענען פֿריִער געדרוקט געוואָרן אין אַנדערע צוויישפּראַכיקע ביכער פֿון טאַובס לידער, אַזוי ווי זײַן ביכל די בילדונג פֿון אַ געלן נאַרציס, סײַ נײַע שאַפֿונגען, וואָס מע האָט פֿריִער בכלל ניט געדרוקט.

דאָס ביכל, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן ווי אַ טייל פֿון דער „ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור‟, אַ פּראָיעקט פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ אין ישׂראל, נעמט אַרײַן אַ הקדמה פֿון ד׳׳ר יחיאל (זשעפֿרי) שאַנדלער. די שרײַבער וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום האָבן געהאָלפֿן בײַם צוגרייטן דעם טעקסט.

די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ אין ישׂראל שטיצט אונטער שוין דרײַ יאָר דאָס אַרויסגעבן נײַע ליטעראַרישע ווערק אויף ייִדיש. טאַובס לידער־זאַמלונג, די אַכטע אין דער סעריע, וועט מען באַלד קענען לייענען צוזאַמען מיט די אַנדערע ביכער פֿון בערל קאָטלערמאַן, מיכאל פֿעלזענבאַום, באָריס קאַרלאָוו, זיסי ווײַצמאַן, הערשל־צבֿי כּנר און עפּרה אליגון אָט דאָ.