ווידעאָ: שול קעגן שיל

Video: Shul vs. Shil

פֿון הערשל גלעזער

Published November 26, 2017.

צווישן די אָפֿטע פֿראַגעס, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ באַקומט דורך פֿייסבוק, איז פֿאַר וואָס אונדזער צײַטונג שרײַבט „שול‟ פֿאַר אַן אָרט וווּ קינדער לערנען זיך און „שיל‟ פֿאַרן אָרט, וווּ מע דאַוונט.

דערפֿאַר האָבן מיר געבעטן דעם ייִדיש־לינגוויסט, ד״ר הערשל גלעזער, צו געבן אַ קורצע ווידעאָ־לעקציע וועגן דעם ענין. דער ווידעאָ איז דער ערשטער אין אַ סעריע, „לײַטיש מאַמע־לשון‟, וואָס וועט באַהאַנדלען טשיקאַווע נואַנסן פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק און סטיליסטיק. דער נאָמען פֿון דער פּראָגראַם קומט פֿון דער שפּראַכרובריק, וואָס ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה פֿלעג אָנפֿירן אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ בוך פֿון זײַנע געזאַמלטע עסייען איבער דער ייִדישער סטיליסטיק.