סעמינאַר אין פּאַריז וועגן דעם „בונד‟ אין פֿראַנקרײַך

Seminar in Paris on the Bund in France


פֿון „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published November 29, 2017, issue of October 27, 2017.

די געשיכטע פֿון דער „בונד‟־באַוועגונג אין פּאַריז און איר צושטײַער צום פֿראַנצייזישן ייִדישן לעבן וועלן זונטיק, דעם 10טן דעצעמבער, אַרומגערעדט ווערן דורך אַ ריי פֿאָרשער און כּלל־טוער בײַם „מעדעם־צענטער — אַרבעטער־רינג‟ אין פּאַריז.

אויפֿן סעמינאַר, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט לכּבֿוד 120 יאָר „בונד‟, וועט מען אַרומרעדן די נײַסטע פֿאָרשאַרבעטן וועגן דער באַוועגונג אין פֿראַנקרײַך, די געשיכטע פֿון דער בונדיסטישער אונטערערדישער באַוועגונג אין לאַנד בשעתן חורבן, די בונדיסטישע לערן־אַנשטאַלטן און ביבליאָטעקן אין פֿראַנקרײַך און די מיינונגען פֿון הײַנטיקע בונדיסטן וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער באַוועגונג. צום שלוס פֿון קאָנפֿערענץ וועט דער זינגער דזשאַן־גבֿריאל דאַוויס אָנפֿירן מיט אַ זינגערײַ.

ס׳רובֿ פֿון דער אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אויף פֿראַנצייזיש אָבער דער אַדוואָקאָט און ייִדישער אַקטיאָר שלמה ביעלאַסיאַק וועט האַלטן זײַן רעפֿעראַט אויף ייִדיש מיט אַ גלײַכצײַטיקער איבערזעצונג. צווישן די אַנדערע אָנטיילנעמער אינעם סעמינאַר: דער ייִדישער לינגוויסט בערל ווײַסבראָט, די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג — נענסי גרין, די היסטאָריקערין פֿון בונד אין פּאַריז — קאָנסטאַנץ פּאַריז דע באָלאַרדיר, און די היסטאָריקערין פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד בשעתן חורבן — רינע פּאָזשנאַנסקי.

דער סעמינאַר וועט זיך אָנהייבן 9:30 אין דער פֿרי און אָנגיין ביז 6:30 אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט cbraunstein.centremedem@gmail.com



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.