הירהורים וועגן דעם וואָרט „דערציִער‟

Reflections On the Word "Dertsier" (Educator)

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published November 29, 2017, issue of October 27, 2017.

הײַיאָר, פֿאַר פּסח, האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל וווּ מע מעלדט מיר אַז דעם 27סטן נאָוועמבער 2017 וועט מיר צוגעטיילט ווערן אַ פּרעמיע פֿאַר אַ לעבנס־אויפֿטו – ווי אַ דערציִער, אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און אַ ייִדיש־שרײַבער.

האָב איך זיך טאַקע געחידושט: שרײַבן שרײַב איך טאַקע אויף ייִדיש זינט 1949, פֿאָרשן פֿאָרש איך ייִדישע ליטעראַטור זינט 1960… אָבער אַ דערציִער?

מע קען זײַן אַ ייִדיש־שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און קיינעם נישט דערציִען… און די אינסטאַנץ האָט נאָך צו אַלעמען אַוועקגעשטעלט דערציִער אויבן אָן און מיר אַזוי באַטיטלט ווי די גלאַוונע סיבה פֿון מײַן לעבנס־אויפֿטו. האָב איך זיך דערפֿרייט. אָבער צי קומט מיר טאַקע אַזאַ כּבֿוד?

ווי עס זעט אויס, האָט זיך אויך די אינסטאַנץ געשלאָגן מיט דער דעה… און אויף דער אָפֿיציעלער אײַנלאַדונג וואָס איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן צו קומען אויף דער צערעמאָניע דעם 27סטן נאָוועמבער 2017 איז דער טיטל דערציִער אַרויסגעלאָזן געוואָרן. וויל איך אין מײַנע איצטיקע דאַנקווערטער זיך אַליין קלאָר מאַכן וואָס ס׳איז אַ דערציִער.

אויף ייִדיש דערמאָנט מען אַ שרויפֿן־ציִער; אַ פּראָפּן־ציִער; אַ מענטש וואָס אַנטלויפֿט פֿון אחריות איז אַן אָפּציִער, און כּדי אַ נישט־דיגיטאַלער זייגער זאָל אַרבעטן דאַרף מען אים אָנציִען. אויף דער פּליאַזשע מעג מען זיך אויסציִען אויפֿן זאַמד, און אַ קישן קען מען איבערציִען מיט אַ ציכל. אַ דאַנקוואָרט קען מען פֿאַרציִען אויף אַ לענגערער צײַט ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן און אַ שלעכטן פּאָליטיקער קען מען אַראָפּציִען פֿון בענקל. אָבער דערציִען, זײַן אַ דערציִער? מאי קא משמע לן דאָס ציִען?

האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן איינעם פֿון די אוצרות פֿון דער ייִדישער שפּראַך – די פּרעפֿיקסן אויף ייִדיש, אָדער ווי שפּראַכפֿאָרשער רופֿן זיי אָן: קאָנווערבן.

אַ ווערב ווי, למשל, שרײַבן, אָדער יעדער אַנדערער ווערב (ווערבן זײַנען דאָך ווערטער וואָס ווײַזן אָן אויף אַ טוּונג וואָס ווערט געטאָן) באַקומט אַ ביסל אַ געענדערטן באַטײַט ווען מע גיט צו אַ פּרעפֿיקס. למשל, באַשרײַבן אָדער אונטערשרײַבן (זיך) אָדער פֿאַרשרײַבן כּדי צו פֿאַרגעדענקען עפּעס; צושרײַבן, צוגעבן אַ פּאָר שורות צו אַ שוין אָנגעשריבענעם טעקסט. הקיצור, ווען מע גיט צו אַ פּרעפֿיקס צו דעם וואָרצל פֿון אַ ווערב, גיט מען צו צו פֿאַרשטיין – ווי אַזוי די טוּונג ווערט געטאָן.

אָן איבערציילן קען מען זאָגן אַז אין דער ייִדישער שפּראַך קען מען צוגעבן, צום ווייניקסטן, 35 פּרעפֿיקסן צו אַ ווערב אין ייִדיש און אַזוי אַרום באַרײַכערן די שפּראַך. אַזוינע פּרעפֿיקסן ווי: באַ־, אונטער־, אָנ־, צו־ און פֿאַר־ האָבן אַ סך מאָל מער ווי איין באַטײַט (עס ווענדט זיך אין וועלכן ווערב מיר שטעלן אים צו). אָט די 35 פּרעפֿיקסן קענען האָבן צוויי צי דרײַ פֿאַרשיידענע באַטײַטן.

צוריק צום ווערב דערציִען. דאָס וואָרט איז געבויט אויף אַ צוזאַמענהעפֿט פֿונעם וואָרצל ציִען מיטן פּרעפֿיקס דער־. צו טאָן אַזאַ אַרבעט פֿון צוציִען במשך פֿון אַ לענגערער צײַט, גובֿר זײַן שוועריקײטן און סוף־כּל־סוף דערגיין צום ציל. דאָס אַלץ צוזאַמען ליגט פֿאַרבאָרגן אין דעם פּרעפֿיקס דער־. מיר זאָגן אויף ייִדיש גיין, אָבער דערגיין מיינט גיין במשך אַ לענגערער צײַט און אַפֿילו גובֿר זײַן שטרויכלונגען. אַן אַנדער בײַשפּיל: פֿאָרן — אויב מיר גיבן צו צום ווערב דעם פּרעפֿיקס דער־ האָבן מיר אַ נײַעם וואָרט: דערפֿאָרן, ס’הייסט, פֿאָרן במשך פֿון אַ לענגערער צײַט אויף אַ לאַנגן וועג, אַפֿילו אפֿשר נישט וויסנדיק גענוי דעם אַדרעס וווּ מע וויל אָנקומען – ביז מע קומט צום געוווּנטשענעם ציל.

אויב אַזוי מיינט דערציִען אַזוי לאַנג ציִען (צוציִען) עמעצן, אַרײַנלייגן צײַט און ענערגיע, גובֿר זײַן אַ שאָק מיט שטרויכלונגען (עמאָציאָנעלע און שׂכלדיקע בײַ דעם צוגעצויגענעם), ביז מע דערנענטערט אָט דעם עמעצן (אין אונדזער פֿאַל – דעם תּלמיד) צו דעם ציל (צו דערקענען די וויכטיקײט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור נישט געקוקט אויף דער הונדערטיעריקער גרינגשעצונג כּלפּי ייִדיש אין ארץ־ישׂראל). אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ גרינגשעצונג האָב איך אַליין דערהערט אין יאָר 2009 ווען כ’האָב אָרגאַניזירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ וועגן 100 יאָר ייִדיש צווישן דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908 ביז 2008. אַלע קאָמוניקאַציע־מיטלען אין מדינת־ישׂראל האָבן וועגן דעם דערמאָנט, און אין אַ לאָקאַלער ראַדיאָ־סטאַנציע פֿון חיפֿה האָבן צוויי לצים אַזוי געמאָלדן: “אַ קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש, מיט וואָס שמעקט דאָס? זיכער וועט מען ברענגען און ווײַזן אַ פּאָר זקנים וואָס זיצן אין דרויסן, אין שׂדרות רוטשילד אין תּל־אַבֿיבֿ, אונטער דער זון, און שיילן עפּל”.

אויב מען קען אַזוי רעדן אין ראַדיאָ הײַנטיקע צײַטן, הייסט עס אַז עס עקסיסטירט אין מדינת־ישׂראל אַ טיפֿע אידענטיטעט־קריזיס… אַנומלט האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט אין מיטן נאַכט, און זיך אַליין געשטעלט די פֿראַגע: געבוירן בין איך נישט אין מזרח־אייראָפּע נאָר אין לאַטײַן־אַמעריקע, ריידן רייד איך שפּאַניש, אין ישׂראל רייד איך העברעיִש און אַז איך פֿאָר אין אויסלאַנד רעד איך ענגליש. אין ישׂראל בין איך נאָך אַלץ אַן עולה חדש ווײַל איך רעד אַ העברעיִש נישט קיין הינקעדיקן, נאָר אַזאַ וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט בײַ די לערער אין בוענאָס־אײַרעס, לערער וואָס האָבן זיך אויסגעשולט אין ווילנע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה

איז ווער בין איך, וואָס בין איך? ווי עס זאָגט דער גשש החיור: מי אני, מה אני, מי אני…? באַדריקט פֿון אַזאַ אומזיכערקײט האָב איך אויף צומאָרגנס גענומען און זיך גלײַך פֿאַרשריבן אין ארגון יוצאי ליטה און געוואָרן צום סוף — אַ ליטוואַק.

מיט אַזאַ דרײסטן אופֿטו, בין איך אין דער זעלבער צײַט געוואָרן אַ צד אין דעם היסטאָרישן קאָנפֿליקט צווישן פּוילישע ייִדן און ליטוואַקעס. מע דערציילט אַז אַ פּוילישער ייִד זאָגט, אַז אַ ליטוואַק איז אַ צלם־קאָפּ. פֿרעגט זיך ווי אַזוי קען מען דאָס וויסן? ענטפֿערט מען: מע נעמט אַ האַק, מע שפּאַלט דעם קאָפּ בײַם ליטוואַק און מע קוקט אַרײַן אינעווייניק צי איז פֿאַראַן דאָרט אַ צלם. פֿרעגט מען ווײַטער, און אויב קיין שום צלם איז דאָרט נישטאָ? ענטפֿערט מען: איז מיט איין ליטוואַק ווייניקער!

אָבער ס’איז פֿאַראַן אַן אַנדער פּירוש וואָס דערקלערט וואָס מיינט מען מיט “אַ ליטוואַק איז אַ צלם־קאָפּ”. אָט דעם פּירוש האָב איך געהערט פֿון ר’ יצחק גנוז, דער רעדאַקטאָר פֿון „ידע עם‟, דער לאַנגיאָריקער זשורנאַל פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון פֿאָלקלאָר בײַ ייִדן. און אָט דער פּירוש פּאַסט ווי אַ דערקלערונג פֿאַר דעם וואָס איך טו איצט רעדן וועגן באַטײַט פֿון וואָרט דערציִער.

ר’ יצחק גנוז זאָגט אַז „אַ ליטוואַק איז אַ צלם־קאָפּ‟מיינט צו זאָגן: ווען אַ ליטוואַק פֿאַרשטייט נישט אַ האַרבע סוגיה, לייגט ער זיך אין דער לענג און אין דער ברייט – ביז ער פֿאַרשטייט. נו, דאָס טו איך דאָך כּדי צו פֿאַרשטיין צי בין איך אַ דערציִער צי נישט.

די ייִדישע שפּראַך, די ייִדישע ליטעראַטור און די ייִדישע קולטור זײַנען קרובֿ צו טויזנט יאָר אַלט. און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה באָמבלט זיך אין דער לופֿט די האַמלעטישע דילעמע פֿון שעקספּיר: “זײַן, אָדער נישט־זײַן?” וואָס וועט זײַן מיט ייִדיש נאָך דעם ווי זעקס מיליאָן ייִדן זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן צוזאַמען מיט זייער קולטור? וועגן דעם האָט זיך שוין אַרויסגעזאָגט אַהרן צייטלין, דער גרויסער ייִדיש־העברעיִשער פּאָעט, אין אַ ליד אין יאָר 1938 בעת זײַנעם אַ וויכּוח מיט שעקספּירן און זײַן האַמלעטישער פֿראַגע. צייטלין שרײַבט: “זײַן, אָדער נישט זײַן, נישט דאָס איז די פֿראַגע. די פֿראַגע איז: זין אָדער נישט־זין?”

איך נעם אָן זײַן צוגאַנג: צי ייִדיש וועט ווײַטער זײַן אָדער נישט זײַן, נישט דאָס איז די עיקר־פֿראַגע. די וויכטיקײט פֿון אַ דערציִער, אַ פֿאָרשער און ייִדיש־שרײַבער איז – צי האָט ייִדיש הײַנט צו טאָג אַ זין, אַ באַטײַט פֿאַר אונדזער דור און פֿאַר די קומענדיקע דורות. אויב יאָ, וועט ייִדיש ממילא אויך זײַן.

דערפֿאַר איז מיר אַ שאָד וואָס דער טיטל דערציִער איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿון דער אײַנלאַדונג צו דער הײַנטיקער צערעמאָניע, ווײַל איך האָף אַז די אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש איז געווען גערעכט בײַם אַוועקשטעלן דעם טיטל דערציִער בראש פֿון דער מעלדונג און בריוו וואָס כ’האָב באַקומען אָנהייב יאָר. דאָס פֿאָרשן און שרײַבן אויף ייִדיש איז לויט מײַן מיינונג אַ וויכטיקער תּנאי אָבער נישט קיין גענוגנדיקער פֿאַר באַקומען אַ פּרעמיע. נאָר אויב די ייִדיש־שרײַבערײַ און די ייִדיש־פֿאָרשערײַ פֿירט צו און ציט צו אַ פֿאַרשטאַנד און באַזינונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור ווי אַ קולטור מיט אַ זין פֿאַרן לעבן פֿון די ייִדן הײַנט צו טאָג, איז עס טאַקע אַן אויפֿטו.