דאָקומענטאַר וועגן אײַזיק באַבעלס לעבן קען מען זען „אָנלײַן‟

Documentary on Isaac Babel Can Now Be Streamed Online

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published November 30, 2017, issue of October 27, 2017.

אַן אינטערעסאַנטער דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער אײַזיק באַבעל האָט מען לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, ווי אַן אופֿן אָפּצומערקן דאָס 100סטע יאָר זינט דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1917.

דער פֿילם Finding Babel שילדערט ווי דער דראַמע־פּראָפֿעסאָר אַנדרע מאַלאַעוו־באַבעל פֿאָרט איבער שטעט און שטעטלעך און באַזוכט אַ ריי אַרכיוון כּדי צו געפֿינען די שפּורן פֿון זײַן זיידן, דעם באַרימטן שרײַבער אײַזיק באַבעל. דער פֿילם איז לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דרײַ פֿאַרשידענע נוסחאָות — דער אָריגינעלער מיטן דיאַלאָג אויף ענגליש און צוויי אַנדערע מיטן דיאַלאָג אויף רוסיש און אוקראַיִניש — דורך דער וועבזײַט Vimeo. אינעם ענגלישן נוסח פֿונעם פֿילם לייענט פֿאָר אַלע ציטאַטן פֿון אײַזיק באַבעל דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר לעוו שרײַבער.

כאָטש אײַזיק באַבעל האָט אויסשליסלעך געשריבן אויף רוסיש, זענען זײַנע טעמעס געווען ייִדישע און מע קען אָפֿט דערקענען אין זײַנע ווערק די ווידערקלאַנגען פֿון זײַן מאַמע־לשון — ייִדיש. די סאָוועטן האָבן אומגעבראַכט באַבעל אין יאַנואַר 1940, כּלורמשט צוליב דעם וואָס ער איז געווען אַן אָנהענגער פֿון טראָצקי. אין דער אמתן האָט מען אים אַרעסטירט און דערשאָסן צוליב גאָר אַן אַנדער סיבה: ער האָט געפֿירט אַ לינקע ליבע מיט דער ייִדישער פֿרוי פֿונעם דירעקטאָר פֿון דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי, ניקאָליי יעזשאָוו. יעזשאָוו האָט צוליב דער באַציִונג צווישן באַבעל און זײַן פֿרוי געשיקט שפּיאָנען צו האַלטן אַן אויג אויף באַבעלן. ווען יעזשאָוו, דער אָנפֿירער פֿון דער „ען־קאַ־ווע־דע‟ איז אַליין אַרעסטירט געוואָרן צוליב דעם וואָס סטאַלין האָט אים מער ניט געטרויט, האָט מען באַבעל אויך אַרעסטירט צוליב זײַן פֿאַרבינדונג צו יעזשאָווס פֿרוי. טראַגיש איראָניש איז דער פֿאַקט וואָס סײַ באַבעל, סײַ יעזשאָוו זענען, נאָכן דערשאָסן ווערן, באַגראָבן געוואָרן אינעם זעלביקן ברודער־קבֿר.

דער אינצידענט האָט אויך געהאַט שטאַרקע ווידערקלאַנגען אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע: באַבעלס נאָענטער חבֿר שלמה מיכאָעלס איז אויך געווען נאָענט פֿאַרבונדן מיט יעזשאָווס פֿרוי און דאָס איז געווען איינער פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס סטאַלין האָט לכתּחילה אָנגעהויבן חושד צו זײַן סײַ אים, סײַ די אַנדערע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.

דער פֿילם Finding Babel קען מען באַשטעלן אָט דאָ: https://vimeo.com/ondemand/findingbabel



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.