ליציטאַציע פֿון זעלטענע אַפֿישן פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער

Rare American Yiddish Theater Posters to be Auctioned


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 01, 2017.

די ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער וועלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט קענען קויפֿן פּרעכטיקע אַפֿישן פֿונעם אַמאָליקן אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער.

אין סידערהערסט, ניו־יאָרק וועט מען די לעצטע נאַכט חנוכּה, דינסטיק דעם 19טן דעצעמבער, מאַכן אַ גרויסע ליציטאַציע בײַם לאָקאַל פֿון דער וועלט־באַרימטער יודאַיִקאַ־פֿירמע J Greenstein and Company. צווישן אַלטע כּתובות, כּוסות, מאָלערײַען און צוויי פּרעכטיקע חנוכּה־לעמפּ פֿון אוקראַיִנע, וואָס מע האָפֿט צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר אַ לאָמפּ, וועט מען אויך ליציטירן אַכט זעלטענע אַפֿישן פֿונעם אַמאָליקן אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער.

צווישן די אַפֿישן, וואָס שטאַמען פֿון ניו־יאָרק און פּיטסבורג, געפֿינט מען אַ רעקלאַמע פֿאַר אַהרן צײַטלינס „אסתּרקע‟ מיט מאָריס שוואַרץ אין דער הויפּט־ראָלע; אַ רעקלאַמע פֿאַר דוד פּינסקיס „דער שטומער משיח‟ אין אַן אויפֿפֿירונג אין „מעדיסאָן־סקווער־גאַרדען‟, און אַ רעקלאַמע פֿאַר דער פּיעסע „קבצן, וווּ קריכסטו?‟ מיט לודוויג זאַץ אין דער הויפּט־ראָלע. די אַפֿישן וועלן מסתּמא פֿאַרקויפֿט ווערן פֿאַר $800 ביז $5,000 אַן אַפֿיש.

די צוויי אוניקאַלע חנוכּה־לעמפּ, וועלכע מע וועט ליציטירן בײַ דער זעלביקער געלעגנהייט, שטאַמען ביידע פֿון אוקראַיִנע. כאָטש זײער פּינטלעכער ייִחוס איז אומבאַקאַנט, האַלט מען אַז מע האָט זיי געשאַפֿן בײַם אָנהייב פֿונעם 19סטן יאָרהונדערט. איינער פֿון די חנוכּה־לעמפּ איז געמאַכט פֿון זילבער און דער צווייטער — פֿון גאָלד.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://www.jgreenstein.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.