דער כּוח פֿון חלומות

The Power of Dreams

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 07, 2017.

דאָס מחלוקת צווישן יעקבֿ אָבֿינו און עשׂו־הרשע איז פֿאַרשטענדלעך: דער צדיק אַנטלויפֿט שטילערהייט פֿונעם רשע, ווערט אומיושרדיק עקספּלואַטירט דורך זײַן שלעכטן פֿעטער און צום סוף מאַכט שלום מיטן ברודער. דער צדיק איז געשילדערט ווי אַ פֿרידלעכער רוחניותדיקער מענטש, און דער רשע — ווי אַ גראָבער אַגרעסיווער טיפּ.

להיפּוך, ווערט אין דער הײַנטיקער סדרה דערציילט ווי אַזוי אַ גרופּע פֿון צען צדיקים האָט שיִער נישט אומגעבראַכט אַן אַנדער צדיק — זייער אייגענעם ברודער. די חז״ל און שפּעטערדיקע דענקער ברענגען אַ ריי תּירוצים, פֿאַרוואָס אינעם זין פֿון יעקבֿס ברידער איז עס געווען באַרעכטיקט. לויטן פּשוטן פּשט קלינגט אָבער די מכירת־יוסף אויסטערליש אַכזריותדיק.

על־פּי קבלה, זענען יוספֿס פֿאַרקויפֿער שפּעטער נתגלגל געוואָרן אין די עשׂרת־הרוגי־מלכות. אויב אַזוי, זענען יעקבֿס קינדער, נישט געקוקט אויף אַלע תּירוצים, באַגאַנגען אַ גרויסע עוולה און זענען פֿאַר דעם, געבוירן ווידער ווי גילגולים פֿון די רוימישע קרבנות, אויסגעפּײַניקט געוואָרן אויף שרעקלעכע אופֿנים.

דעמאָלט פֿרעגט זיך אָבער אַן אַנדער קשיא: פֿאַרוואָס זאָל אַ מענטש לײַדן פֿאַר עבֿירות פֿון אַ צווייטן?

עס קאָן זײַן, אַז די עכטע מקובלים האָבן געוווּסט די טיפֿע מיסטישע פֿאַרבינדונגען צווישן נשמות במשך פֿון גאַנצע דורות און תּקופֿות, אָבער אויב מע הייבט אָן „זיך שפּילן‟ מיט מעשׂיות וועגן גילגולים, קאָן מען פֿאַרטיידיקן די ערגסטע עוולות אין דער וועלט. ווי אַ באַקאַנטן בײַשפּיל, קאָן מען דערמאָנען געוויסע הײַנטיקע דרשנים, וואָס טײַטשן אָפּ דעם ייִדישן חורבן אויף אַזאַ סתּירותדיקן אופֿן. גיי ווייס, אפֿשר זענען די אַסירים אין די נאַצי־לאַגערן אין זייער פֿריִערדיקן לעבן געווען גרויסע רשעים און דערפֿאַר פֿאַרברענט געוואָרן? פֿונעם עטישן קוקווינקל, איז דער גילגול־תּירוץ גאָר אַ שוואַכער, ווײַל ער דערמעגלעכט צו פֿאַרענטפֿערן וואָס־ניט־איז, נישט געבנדיק דערבײַ קיין שׂכלדיקן ענטפֿער.

ווען מע לייענט די אָריגינעלע מדרשים און אַנדערע קלאַסישע טעקסטן וועגן דער מיסטישער פֿאַרבינדונג צווישן יוספֿס ברידער און די עשׂרת־הרוגי־מלכות, ווערט קלאָר, אַז די חז״ל און מקובלים זאָגן אונדז פּונקט פֿאַרקערט: געוויסע טראַגישע געשעענישן בלײַבן בײַ אונדז אומפֿאַרשטענלעך. ווען משה רבינו האָט געזען בנבֿואה די לייד פֿון רבי עקיבֿא, האָט דער אייבערשטער אים געזאָגט: שווײַג,  אַזוי איז אַרויפֿגעקומען אין מײַן מחשׂבֿה. פֿרעג נישט קײן קשיות, און דײַנע תּירוצים וועלן זיי נישט פֿאַרענטפֿערן.

אין דער זעלבער צײַט, לערנען מיר אָפּ אַ פּשוטע לעקציע: אַז סאָציאַלע קאָנפֿליקטן און צרות אַנטוויקלען זיך צומאָל צוליב אומקלאָרע און מיסטעריעזע סיבות. מע דאַרף שטרעבן שלום צו מאַכן צווישן מענטשן, אָבער נישט אַלעמאָל זענען מיר מסוגל אַפֿילו צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ געוועזענער פֿרײַנד ווערט אויף אונדז פּלוצעם אין כּעס, שוין אָפּגערעדט פֿון זײַטיקע מענטשן.

אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿרומע קהילות, גייען איצט אָן וויכּוחים וועגן אַן אַנדער קוואַל פֿון מחלוקתן, געשילדערט אויך אין אונדזער פּרשה. ווען יוסף הצדיק האָט זיך אָפּגעזאָגט אָמצורירן די פֿרוי פֿון זײַן בעל־הבית, איז זי אויפֿגעבראַכט געוואָרן און אױסגעפֿירט מע זאָל אײַנצוזעצן יוסף אין טורמע דורך פֿאַלשע באַשולדיקונגען. אַ טייל הײַנטיקע קעמפֿער קעגן סעקסועלע באַלעסטיקונגען גלייבן אַז דער עולם, אַרײַנגערעכנט די ריכטער, מוז גלייבן דער פֿרוי, וואָס „קומט אַרויס‟ מיט אירע טענות. פֿון דער צווייטער זײַט, איז די פּראָבלעם פֿון פֿאַלשע טענות — אַוודאי, מצד די מענער אויך – גוט באַקאַנט פֿון קדמונים אָן. עס טרעפֿט זיך, אַז עמעצער רודפֿט און טרײַבט רכילות קעגן אַן אומשולדיקן מענטש צוליב אייגענע אומגעזעטיקטע סעקסועלע תּאוות.

אַזוי צי אַזוי, וואָלט אַ טיפּישער בית־דין — להיפּוך צו אַ וועלטלעך געריכט — נישט געגלייבט דער טענה פֿון אשת־פּוטיפֿר. אַן אָפּגעריסן שטיקל פֿון זײַן בגד וואָלט איר נישט געהאָלפֿן. וועלכער צוגאַנג איז בעסער? מסתּמא, ווענדט זיך אין יעדן קאָנקרעטן פֿאַל.

די אומבאַוווּסטזיניקע אינסטינקטן און אַסאָציאַציעס דינען גאַנץ אָפֿט ווי אַ קוואַל פֿון אומשׂכלדיקע קאָנפֿליקטן. אַ ריי הײַנטצײַטיקע קאָמענטאַטאָרן האָבן געפּרוּווט אָפּצוטײַטשן אונדזער פּרשה דורך די מיטלען פֿון דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע. צום בײַשפּיל, די מחברים פֿונעם בוך „ייִדישקייט און פּסיכאָאַנאַליז‟, רעדאַגירט דורך ד״ר מאָרטימער אָסטאָוו, באַטראַכטן די מכירת־יוסף און זײַנע פּאַסירונגען אין מצרים אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים אין שײַכות מיט אַלגעמיינע סאָציאַלע סיכסוכים און אַפֿילו אַזאַ גלאָבאַלער פּראָבלעם, ווי אַנטיסעמיטיזם.

צום באַדויערן, איז פּסיכאָאַנאַליז נישט אַ פּרעציז געביט אין דער וויסנשאַפֿט — בפֿרט וואָס שייך טעאָרעטישע היסטאָרישע און ליטעראַרישע פֿאָרשונגען. דער אַנאַליטיקער מוז זיך פֿאַרלאָזן אויף זײַן פּערזענלעכער אינטויִציע און פֿעיִקייט. די פּסיכאָאַנאַליטישע טעאָריע האָט אָבער קלאָר געוויזן, אַז אין דער מענטשלעכער נשמה שטעקן אויך טיפֿע תּהומען, וואָס קאָנען גורם זײַן אַ קוואַל פֿון אַגרעסיווע סיכסוכים אַפֿילו צווישן גרויסע צדיקים. מע קאָן דאָ אויך זאָגן: שווײַג, אַפֿילו דער מענטש אַליין ווייסט נישט קלאָר, וואָס ס׳טוט זיך בײַ אים טיף אין דער נשמה.

פֿון דער צווייטער זײַט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אונדזער פּרשה דווקא אַן אָפּטימיסטישע. יעקבֿס ברידער זענען געווען ברוגז אויף יוספֿס חלומות; דאָס מיינט, אַז אינעם חלום שטעקט אַ גרויסער כּוח, וואָס זיי האָבן אויפֿגענומען ווי אַן ערנסטע סכּנה. שפּעטער, צוליב זײַן פֿעיִקייט אָפּצוטײַטשן חלומות פֿון אַ צופֿעליקן מענטש, איז יוסף אַרויס פֿון תּפֿיסה, געוואָרן אַ שני־המלך, געראַוועט די וועלט פֿון הונגער, ווי אויך חתונה געהאַט, ווי עס גיבן איבער די חז״ל, מיט דער טאָכטער פֿון דער אַנטי־העלדין פֿון דער פּרשה, אשת־פּוטיפֿר. דער מענטשלעכער כּוח פֿון שעפֿערישקייט און אינטויִציע איז זייער גרויס און קאָן סײַ גורם זײַן שלעכטס, סײַ באַפֿרײַען דעם מענטש.