ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן געזוכט פֿאַר פֿילם

Yiddish-Speaking Actors Sought for Film

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 08, 2017.

עמילי טשיגער
עמילי טשיגער

צי ווילט איר ווערן אַ פֿילם־שטערן אָדער כאָטש אָנהייבן אײַער קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר?

עמילי טשיגער, אַ סטודענטקע אין דער פּרעסטיזשפֿולער קינאָ־שול בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟, זוכט ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן (ובפֿרט חסידים און געוועזענע חסידים) פֿאַר אַ קורצן פֿילם. דער פֿילם, „צדקת‟, אַ שוואַרצע קאָמעדיע מיט עלעמענטן פֿון מאַגישן רעאַליזם, וועט פֿילמירט ווערן אין פֿעברואַר. די פֿילמיר־סעסיע וועט פֿאָרקומען אין ניו־יאָרק. די גאַנצע פּראָדוקציע וועט זײַן שומר־שבת און מע וועט בלויז סערווירן כּשר עסן. אַלע אַקטיאָרן וואָס רעדן אינעם פֿילם וועלן באַצאָלט ווערן (מע האָט נאָך ניט באַשלאָסן, צי מע וועט באַצאָלן די זײַטיקע אַקטיאָרן וואָס רעדן ניט).

דער פֿילם „צדקת‟ וועט שילדערן דאָס לעבן פֿון נשמה, אַ חסידישע פֿרוי וואָס גייט צו אַ רבינס טיש, און דאָרט דערשטיקט זיך דער רבי אויף אַ פֿיש ביינדל. נאָך דעם רבינס פּטירה געפֿינט זיך נשמה אין אַ פֿאַרלענגהייט, אין וועלכער זי דאַרף זיך פֿאַרמעסטן מיט איבערנאַטירלעכע כּוחות, וואָס פֿאַרביטערן איר דאָס לעבן.

אַחוץ ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן זוכן די פּראָדוצירער לאָקאַלן, וווּ מע קען פֿילמירן. מע זוכט צוויי דירות, וואָס זעען אויס ווי זיי וואָלטן געקענט געהערן צו אַ חסידישער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק, אַ „שטיבל‟ מיט אַן עזרת־נשׂים, אַ רבֿס ביוראָ און אַ מיקווה פֿאַר פֿרויען. מע וועט באַצאָלן פֿאַרן רעכט צו פֿילמירן אין די פּאַסיקע לאָקאַלן.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט tzedeikiscasting@gmail.com



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.