אַרעסט־באַפֿעל פֿאַר געוועזענער אַרגענטינער פּרעזידענטקע

Arrest Warrant Issued for Former Argentine President

קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער, געוועזענער אַרגענטינער פּרעזידענטקע
Getty Images
קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער, געוועזענער אַרגענטינער פּרעזידענטקע

פֿון ייִט״אַ

Published December 10, 2017.

אַ ריכטער אין אַרגענטינע האָט באַפֿוילן, אַז מע זאָל גלײַך אַרעסטירן די געוועזענע פּרעזידענטקע קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער, מחמת זי האָט פֿאַרראַטן איר לאַנד דורכן פֿאַרשווײַגן די ראָלע פֿון איראַנישע באַאַמטע אינעם טעראָריסטישן אַטאַק קעגן דעם לאָקאַל פֿון דער ייִדישער קהילה אין 1994.

צוליב דעם וואָס קירשנער דינט הײַנט ווי אַ סענאַטאָר, געניסט זי פֿון אימוניטעט. דער ריכטער באָנאַדיאָ האָט דערפֿאַר אויך געבעטן דעם סענאַט, מע זאָל בטל מאַכן פֿרוי קירשנערס אימוניטעט, כּדי וואָס גיכער צו קענען שטעלן זי פֿאַר אַ געריכט.

דער ריכטער האָט אויך באַשולדיקט אַנדערע געוועזענע אַרגענטינער באַאַמטע אינעם פֿאַרשווײַגן די איראַנישע ראָלע אינעם אַטאַק, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם אויסלאַנד־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, וואָס געפֿינט זיך איצט אין הויזאַרעסט. טימערמאַן, וואָס איז אַ ייִד, איז דער זון פֿונעם באַרימטן זשורנאַליסט און פּאָליטישן דיסידענט יאַקאָבאָ טימערמאַן.

מע האָט אויך דורכגעפֿירט אַן אָבלאַווע קעגן כאָרכע אַלעכאַנדראָ כאַליל, אַ פֿירער פֿונעם מוסולמענישן ציבור אין בוענאָס־אײַרעס און אים אַרעסטירט אין איינעם מיט צוויי פּראָ־איראַנער אַקטיוויסטן.

אין זײַן 491־זײַטיקן פּסק האָט ריכטער באָנאַדיאָ געשריבן, אַז סײַ דער אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־בנין אין 1994, וואָס האָט דערהרגעט 85 מענטשן און פֿאַרוווּנדיקט מער ווי 150 אַנדערע, סײַ דער אַטאַק קעגן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס אין 1992, זענען געווען מלחמה־אַקטן קעגן אַרגענטינע. דער ריכטער האָט געשריבן אין זײַן ווערדיקט אַז דער אָפּמאַך צווישן קירשנער און איראַן אויסצופֿאָרשן די אַטאַקן בשותּפֿות האָט געהאָלפֿן אויסצומײַדן, אַז איראַן זאָל באַצייכנט ווערן ווי אַ טעראָריסטישע מלוכה.

דער אַרעסט־באַפֿעל האָט זײַן יסוד אין אַ באַשולדיקונג מצד דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן ז׳׳ל, וואָס האָט געזאָלט אָנפֿירן מיט אַן אויספֿאָרשונג איבער איראַנס ראָלע אינעם אַטאַק קעגן דעם לאָקאַל פֿון דער ייִדישער קהילה. ניסמאַן האָט געטענהט, אַז קירשנער האָט בסוד קאָלאַבאָרירט מיט איראַנער באַאַמטע, מע זאָל קענען אויסבאַהאַלטן די ראָלע וואָס די איראַנער האָבן געשפּילט אינעם אַטאַק.

ניסמאַן איז געפֿונען געוואָרן אַ דערשאָסענעם אין 2015, איין טאָג איידער ער האָט געדאַרפֿט זאָגן עדות פֿאַרן אַרגענטינער קאָנגרעס איבער זײַנע באַשולדיקונגען קעגן קירשנער. די דעמאָלטיקע רעגירונג האָט געטענהט, אַז ער איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אָבער ווײַטערדיקע אויספֿאָרשונגען האָבן באַוויזן, אַז ער איז מסתּמא דערמאָרדעט געוואָרן.

„סוף־כּל־סוף גייט פֿאָרויס אונדזער קאַמף נאָך יושר,‟ האָט געזאָגט אריאל כּהן־סאַבאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער DAIA, די הויפּט ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין לאַנד. „מיר קענען איצט באַשטעטיקן אַז דאָס וואָס ניסמאַן האָט געטענהט איז געווען ממשותדיק. די יורידישע אינסטאַנצן וועלן איצט דאַרפֿן באַשליסן צי ניסמאַנס באַשולדיקונגען זענען געווען ריכטיק, צי נישט.‟

אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם אַרגענטינער פּאַרלאַמענט אין בוענאָס־אײַרעס האָט קירשנער פֿאַרדאַמט דעם אַרעסט־באַפֿעל. „ס׳איז אַ פּאָליטישע רדיפֿה,‟ האָט זי דערקלערט. „די רעגירונג וויל פּשוט ניט, אַז איך זאָל בלײַבן אינעם סענאַט. זיי ווילן פֿאַרשווײַגן די אָפּאָזיציע. דאָס האָט גאָרניט צו טאָן מיט יושר אָדער דעמאָקראַטיע.‟