אומשולדיקע נאַציס?

Innocent Nazis?

דער רוסישער תּלמיד, ניקאָלײַ דעסיאַטניטשענקאָ, טרעט אויף אינעם דײַטשישן פּאַרלאַמענט
דער רוסישער תּלמיד, ניקאָלײַ דעסיאַטניטשענקאָ, טרעט אויף אינעם דײַטשישן פּאַרלאַמענט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 13, 2017.

דער סקאַנדאַל האָט מיך דערמאָנט אין אַן אַנדער באַלערנדיקער געשיכטע, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדן, וועלכע זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטישע אַרבעטס־לאַגערן ווי געפֿאַנגענע נאַציס. לאָמיר אָבער קודם דערציילן, וואָס ס׳האָט טאַקע פּאַסירט אינעם דײַטשישן פּאַרלאַמענט.

דעם 19טן נאָוועמבער האָט מען אין דײַטשלאַנד אָפּגעמערקט דעם נאַציאָנאַלן „פֿאָלקסטרויער־טאָג‟ ווען מע מעקט אָפּ די אומגעקומענע דײַטשישע מיליטער־לײַט און ציווילע קרבנות פֿון מלחמות און טאָטאַליטאַרע רעגירונגען. מע האָט פֿאַרבעטן אַ רוסיש ייִנגל, ניקאָלײַ דעסיאַטניטשענקאָ, צו דערציילן אינעם „בונדעסטאַג‟ וועגן אַ געוויסן דײַטשישן סאָלדאַט, געאָרג יאָהאַן ראַו, וועלכער איז געשטאָרבן צוליב שווערע באַדינגונגען ווי אַ סאָוועטישער געפֿאַנגענער; ערשט אינעם יאָר 2016 איז זײַן משפּחה געווויר געוואָרן, וואָס ס׳איז געשען מיט אים. 

דער יונגער רעדנער האָט געשלאָסן זײַן קורצע דרײַ־מינוטיקע רעדע מיטן פֿרידלעכן וווּנטש, אַז אין דער וועלט זאָלן קיינמאָל מער נישט זײַן קיין מלחמות. אַ צאָל דײַטשישע שולקינדער האָבן דערציילט וועגן די אומגעקומענע סאָוועטישע סאָלדאַטן און דעם שוידערלעכן מצבֿ אין די נאַצי־לאַגערן.

דער סקאַנדאַל אין רוסלאַנד האָט זיך אָנגעהויבן, ווען עמעצער האָט אויסגעשטעלט אַן אויסצוג פֿון דעסיאַטניטשענקאָס אויפֿטריט אויפֿן „יוטוב‟, וווּ זײַנע שלוסווערטער וועגן שלום אויף דער וועלט האָט מען אויף אַ מאָדנעם אופֿן אָפּגעשניטן. פֿונעם אויסצוג באַקומט זיך, אַז ער באַטראַכט די נאַצי־זעלנער אין אַלגעמיין ווי „אומשולדיקע‟. פֿונעם פֿולן נוסח איז אָבער קלאָר, דער יונגער רעדנער פֿאַרטיידיקט בשום־אופֿן נישט נאַציזם אָדער די אַקציעס פֿון די נאַצי־סאָלדאַטן. ער באַטאָנט בלויז, אַז אַ סך אומגעקומענע  דײַטשישע זעלנער טראָגן נישט קיין פּערזענלעך אַחריות פֿאַר דעם, וואָס די נאַצי־מאַכט האָט זיי געצוווּנגען צו טאָן.

עס גייט דאָ נישט אַ רייד וועגן „עס־עס‟ — בכּיוונדיקע און בפֿירושע רשעים — נאָר פּשוטע סאָלדאַטן, וואָס האָבן בלינד געפֿאָלגט די באַפֿעלן פֿון זייערע קאָמאַנדירן. אַגבֿ, מע האָט אויך אַזוי באַטראַכט די דורכשניטלעכע דײַטשישע זעלנער אין די סאָוועטישע שולן. כּדי אײַנצושטילן דעם סיכסוך, האָבן אַ צאָל הױפּטפֿיגורן אין דער רוסלענדישער רעגירונג פֿאַרטיידיקט דאָס שולקינד מיט אַ באַמערקונג, אַז ער האָט אפֿשר געקאָנט זיך בעסער אויסדריקן, האָבנדיק אין באַטראַכט דעם שטאַרק סענסיטיוון כאַראַקטער פֿונעם ענין.

צי קאָן מען אָבער טאַקע באַטראַכטן אַ געצוווּנגענעם קאָלאַבאָראַטאָר פֿון די נאַציס ווי אַן אומשולדיקן? אַוודאי קען מען, הגם אין יעדן פֿאַל איז כּדאַי זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן.

ווי געזאָגט, האָט די דאָזיקע מחלוקת מיך דערמאָנט אין אַן אַנדער באַלערנדיקער געשיכטע. אויף דער סאָציאַלער נעץ VK, וואָס דינט אין רוסלאַנד ווי אַ פּאָפּולערע אַלטערנאַטיוו פֿונעם „פֿייסבוק‟, האָט עמעצער מיט עטלעכע חדשים צוריק  פֿאַרעפֿנטלעכט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ דענקמאָל לזכר די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע, וועלכע זענען אומגעקומען אין די סאָוועטישע לאַגערן.

איינער פֿון די קאָמענטירערס האָט באַמערקט, אַז הײַנט איז שוין נישט וויכטיק, אויף וואָסערער זײַט פֿון דער מלחמה האָבן געדינט די אומגעקומענע. דער עיקר, אַז דער דענקמאָל זאָל אויסזען מענטשלעך. אַ צווייטער האָט אָנגערופֿן דאָס אָרט, וווּ די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן די געפֿאַנגענע, אַ „קאָנצענטראַציע־לאַגער‟. עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ דיסקוסיע, וואָס דערמאָנט, אין אַ קליינער מאָס און אויף אַ מער רויִקן שטייגער, די איצטיקע געשיכטע מיט דעם רוסישן תּלמיד.

דער דענקמאָל לזכּרון די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע געפֿינט זיך אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל לעבן קאָלפּינאָ, דער סאַמע דרום־מיזרחדיקער ראַיאָן פֿון פּעטערבורג, וווּ עס זענען פֿאָרגעקומען אַ ריי וויכטיקע מלחמה־געשעענישן.

דער דענקמאָל לזכר די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע אין קאָלפּינאָ
VK
דער דענקמאָל לזכר די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע אין קאָלפּינאָ
דער דענקמאָל לזכר די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע אין קאָלפּינאָ
VK
דער דענקמאָל לזכר די אונגערישע קריגס־געפֿאַנגענע אין קאָלפּינאָ

ממש אויף יעדן שריט און טריט שטייען אין קאָלפּינאָ פֿאַרשיידענע מלחמה־מאָנומענטן. דעם דענקמאָל לזכר אונגערישע געפֿאַנגענע איז אָבער שווער צו זען װײַל ער געפֿינט זיך אין מיטן אַ זומפּ, באַוואַקסן מיט הויכע קוסטן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צוליב דער געאָגראַפֿיע פֿון דער זומפּיקער געגנט, האָט דאָס אָרט אַ לאַנגע מיליטערישע געשיכטע. אינעם יאָר 1240 האָט דער באַרימטער רוסישער פֿירשט אַלעקסאַנדר דאָרטן מנצח געווען די שוועדן. די שלאַכט איז פֿאָרגעקומען בײַם ברעג פֿונעם טײַך ניעוואַ, דערפֿאַר האָט זי באַקומען דעם צונאָמען „ניעווסקי״.

אַזוי צי אַזוי, באַשטייט דער חידוש אין דעם, וואָס אין דער רשימה פֿון די געפֿאַנגענע טרעפֿן זיך אַ סך ייִדישע נעמען. איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט די יונגע־לײַט, וועלכע פּלאַנירן אויסצורייניקן דעם וועג צום דענקמאָל, און דערמאָנט דעם דאָזיקן פֿאַקט. איינער פֿון זיי האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ סאַרקאַסטישן טאָן: האָסטו נישט געוווּסט, אַז די ייִדן זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין די דײַטשישע אומברענג־לאַגערן, און נישט געאַרבעט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד צווישן די געפֿאַנגענע נאַציס?

אין דער אמתן, איז דער סוד גאַנץ פּשוט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לענדער, האָט דאָס נאַצי־אָקופּירטע אונגערן נישט פֿאַרשיקט אויטאָמאַטיש אַלע ייִדן אין די טויט־לאַגערן. אַ מערקווירדיקע צאָל פֿון זיי האָט מען געצוווּנגען צו דינען אין די אַזוי־גערופֿענע אַרבעט־באַטאַליאָנען, וווּ זיי האָבן געמוזט אויספֿירן די סאַמע סכּנותדיקע און טויטלעכע מיסיעס. למשל, מע האָט זיי צומאָל געצוווּנגען צו מאַרשירן איבער מינע־פֿעלדער, כּדי „אויסצורייניקן‟ מיט זייערע לעבנס דעם וועג פֿאַר די סאָלדאַטן. בלויז אַ קליינער פּראָצענט פֿון די באַטייליקטע אין אַזעלכע שטראָף־באַטאַליאָנען האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט זענען זיי פֿאָרט געווען אַ טייל פֿון דער נאַצי־אַרמיי. ווי געפֿאַנגענע, האָבן זיי געמוזט ווײַטער אַרבעטן אין די סאָוועטישע לאַגערן. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן די ייִדישע געפֿאַנגענע געאַרבעט צומאָל צוזאַמען מיט די געוועזענע נאַצי־זעלנער.

וואָס עפּעס אָבער קאָלפּינאָ? די אָרטיקע היסטאָריקער גיבן איבער, אַז אַ גרויסן טייל פֿון דער חרובֿ־געוואָרענער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור האָבן איבערגעבויט פֿון ס׳נײַ די געפֿאַנגענע. מע האָט זיי איבערגעשיקט פֿון אַנדערע ראַיאָנען פֿונעם לאַנד אינעם דאָזיקן וויכטיקן אינדוסטריעלן און אַדמיניסטראַטיוון צענטער. אין קאָלפּינאָ שטייען נאָך אַלץ גאַנצע קוואַרטאַלן פֿון געלע צוויי־שטאָטישע „דײַטשישע‟ בנינים.

אַלע נעמען אויסגערעכנט אויפֿן דענקמאָל זענען געשטאָרבן ביז 1946. אַ סבֿרא, אַז די אַנדערע האָט מען צוריקגעשיקט קיין אונגערן.

די אונגערישע קאָנסולאַט אין פּעטערבורג האָט נישט קיין השׂגה וועגן דעם מאָנומענט. איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט „יד־ושם‟ און דעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן. זיי האָבן אויך נישט קיין אַנונג וועגן דעם קאָלפּינער דענקמאָל. אסתּר שטערן, אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון „יד־ושם‟, האָט באַמערקט, אַז אין רודקינאָ, לעבן וואָראָנעזש, געפֿינט זיך אַ מאַסן־קבֿר, וווּ אונגערישע סאָלדאַטן און ייִדישע צוואַנג־אַרבעטער ליגן צוזאַמען.

דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז אַ סך פּרטים פֿון אַזאַ קאָמפּליצירטער פּרשה ווי די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, בלײַבן נאָך אַלץ נישט קלאָר און פֿאָדערן ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען. וואָס שייך דעם דענקמאָל — אויב אונדזערע לייענער וועלן דערקענען עמעצן צווישן די נעמען אויפֿן שטיין, בעטן מיר אײַך צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער רעדאַקציע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.