ווען אַ חלום ווערט מקוים

When A Dream Is Realized

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 14, 2017.

אויף ענגליש ווערן חלומות און טרוימען באַצייכנט מיטן זעלבן וואָרט: dreams. פֿאַר אַן ענגליש־רעדער קלינגט גוט, ווען עמעצנס חלום — דהײַנו, אַ האָפֿענונג, אַ פּראָיעקט, אַ געדאַנק – ווערט מקוים. אויף ייִדיש, להיפּוך, ווערן חלומות געוויינטלעך באַטראַכט ווי „פּוסטע‟. אַזוי צי אַזוי, צי איז טאַקע געוווּנטשן, ווען אַ חלום אָדער אַ טרוים ווערט פֿאַרווירקלעכט? צי מעג מען זיך פֿאַרלאָזן אויף חלומות און אינטויִציע אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן? עס קאָן דאָך אַ מאָל טרעפֿן, אַז נאָך אַ גוטן חלום הייבט זיך אָן אַ קאָמשאַר…

לאָמיר זיך קודם־כּל דערמאָנען די געשעענישן אין דער הײַנטיקער פּרשה. כּמעט צוויי יאָר איז יוסף אָפּגעזעסן אין טורמע צוליב דער פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. פּלוצעם האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות: זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען — זיבן געראָטענע. אַ געוועזענער אַרעסטאַנט האָט דערציילט דעם מלך, אַז אין טורמע זיצט אַ געראָטענער פּותר־חלומות, האָט פּרעה אַרויסגערופֿן יוספֿן און יענער האָט דערקלערט, אַז די קי און זאַנגען זענען מרמז אויף זיבן געראָטענע יאָרן, נאָך וועלכע ס׳וועט קומען אַ זיבן־יעריקער הונגער.

יוסף האָט געגעבן דעם מיצרישן קיניג די עצה צו זאַמלען די גערעטעניש און שאַפֿן תּבֿואה־סקלאַדן פֿאַרן קומענדיקן הונגער־פּעריאָד. זײַן עצה האָט געראַטעוועט דאָס לאַנד און דער געוועזענער אַרעסטאַנט איז געוואָרן דער שני־למלך, דער וויכטיקסטער מענטש אין מצרים נאָך פּרעה אַליין.

דערווײַל האָט יעקבֿ געשיקט זײַנע קינדער צו ברענגען ברויט פֿון מצרים. יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט ווי אַ פֿרעמדער און פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער שמעון. מיט אַ צאָל קונצן האָט ער געצוווּנגען אויך צו ברענגען קיין מצרים בנימין, זײַן איינציקן פֿולן ברודער, דעם צווייטן זון פֿון רחל.

הײַנט פּראַווען מיר חנוכּה — אַ יום־טובֿ, וואָס האָט אויך צו טאָן, אין אַ געוויסן זין, מיט חלומות. אונדזער פּרשה פֿאַלט אַלעמאָל אויס חנוכּה־צײַט; אַ סך מפֿרשים זענען מסביר, ווי אַזוי יוספֿס אַווענטורעס אין מצרים זענען פֿאַרבונדן מיט דער מלחמה פֿון די חשמונאָים, וועלכע האָבן זיך אויך פֿאַרלאָזט אויף אַ טרוים, נישט האָבנדיק קיין רעאַליסטישע שאַנסן צו געווינען. רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן, ווי עס שטייט געשריבן אינעם ספֿר „שׂיחות הר״ן‟, אַז דאָס דריידל ווײַזט אונדז די חלומדיקע נאַטור פֿונעם גאַנצן וועזן. אי בגשמיות, אי ברוחניות, געווינען מיר און פֿאַרשפּילן צומאָל אויף אומגעריכטע אופֿנים. אַ מענטש ווערט מלאך, באַטאָנט רבי נחמן, און אַ מלאך פֿאַלט אַראָפּ.

על־פּי שׂכל, האָבן די חשמונאָים געשטעלט נישט בלויז זייער לעבן, נאָר אַלע ייִדן אין אַ סכּנה. אין יענער תּקופֿה, וואָלט די פֿירנדיקע מאַכט געשטראָפֿט אַ גאַנץ פֿאָלק צוליב די אַקציעס פֿון אַ קליינער צאָל אויפֿשטענדלער; קיין דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט האָבן דאָך די גריכיש־סירישע פֿירער נישט געחתמעט. אויב דער אויפֿשטאַנד וואָלט נישט געלונגען, וואָלטן אַ סך אומשולדיקע ציווילע לײַט געליטן פֿון די קאָנסעקווענצן.

אויב יוספֿס אָפּטײַטש פֿון פּרעהס חלומות וואָלט נישט מקוים געוואָרן, וואָלט מען אים מסתּמא דערהרגעט. הגם על־פּי הלכה טאָר מען זיך נישט שטעלן אין אַ קלאָרער סכּנה, איז יוסף שוין געווען אין אַ שווערער סכּנותדיקער סיטואַציע. סוף־כּל־סוף, האָט ער געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר זײַן אייגן לעבן. להיפּוך, האָבן די חשמונאָים געשפּילט אַ סכּנותדיק „דריידל‟ אויפֿן חשבון פֿונעם גאַנצן פֿאָלק.

אין מיזרח־אייראָפּע זענען בײַ ייִדן געווען פּאָפּולער פֿאַרשיידענע סגולה־ספֿרים, וווּ עס ווערט דערקלערט דער מעגלעכער באַדײַט פֿון פֿאַרשיידענע חלומות. מעגלעך, נאָך מער אַנטוויקלט זענען ענלעכע טראַדיציעס בײַ די ספֿרדים. ס׳איז אויך געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו פֿאַסטן דעם תּענית־חלום, ווען מע האָט דערזען אין שלאָף עפּעס אַ שלעכטן סימן. על־פּי הלכה, מעג מען אין אַזאַ פֿאַל אַפֿילו פֿאַסטן שבת, אָנגעטאָן טלית און תּפֿילין — נישט ווי אַ מיצווה, ווײַל שבת קאָן מען נישט מקיים זײַן די מיצווה פֿון הנחת־תּפֿילין, נאָר ווי אַ שמירה.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טרעפֿן זיך נאָך אַלץ פֿאַלן, ווען אַ יחיד פֿאַרלאָזט זיך אויף זײַנע חלומות אויפֿן חשבון פֿון זײַן משפּחה און אַפֿילו אַ גאַנצער קהילה. ווען אַ געשעפֿטסמאַן לייגט אַרײַן גרויסע סומעס געלט אין פּאָטענציעלע געראָטענע, אָבער צווייפֿלהאַפֿטיקע עסקים, אויפֿן סמך פֿון אַן אינטויִציע־געפֿיל צי אַ חלום, שפּילט ער אין אַן ערנסטן מין „דריידל‟, בפֿרט ווען די אַרײַנגעלייגטע סומע באַטרעפֿט אַ גרויסן טייל פֿון זײַן פֿאַרמעגן. עס טרעפֿט זיך, אַז אַ משפּחה פֿאַרלירט, נעבעך, אַ הויז, אָדער אַ שיל מוז פֿאַרמאַכט ווערן צוליב אַ באַנקראָטירטן שטיצער.

הגם חנוכּה ווערט נישט דערמאָנט אינעם תּנ״ך, ווערט זי אַסאָציִיִרט מיט פּורים – אַן אַנדער יום־טובֿ, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ריי געשעענישן, וואָס האָבן לכתּחילה אויסגעזען צופֿעליק. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין אַ טייל ייִדישע קהילות פֿלעגט מען לייענען חנוכּה מיט אַ ברכה די „מגילת אַנטיוכס‟, אַן אוראַלטן טעקסט אויף אַראַמיש, וואָס דערמאָנט אין די צוויי אַפּאָקריפֿישע „ספֿרי מכּבים‟, וואָס ווערן באַטראַכט בײַ ס׳רובֿ קריסטן ווי אַ טייל פֿון דער ביבל, אָבער זיי בײַ אונדז נישט אַרײַן אינעם תּנ״כישן קאַנאָן.

דער ערשטער און צווייטער „ספֿר מכּבים‟ אַנטהאַלטן אַ סך באַלערנדיקע פּרטים וועגן די חשמונאָים און זייער קאַמף קעגן דער גריכיש־סירישער אימפּעריע, דערפֿאַר ווערן זיי צומאָל דערמאָנט אין דער רבנישער ליטעראַטור ווי וויכטיקע היסטאָרישע אוצרות. עס זענען אויך פֿאַראַן ייִדישע איבערזעצונגען פֿון די „מכּבים‟. אַזוי צי אַזוי, איז אין איטאַליע, תּימן און אַ צאָל אַנדערע לענדער געווען אָנגענומען אַן אַנדער אוראַלטער טעקסט, די „מגילת אַנטיוכס‟, ווי אַ מין חנוכּה־עקוויוואַלענט פֿון מגילת־אסתּר און אַ סימן, אַז פּורים און חנוכּה זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. אין ביידע פֿאַלן, האָט די הצלה אויסגעזען ווי אַ צופֿאַל, אַ מקוים־געוואָרענער חלום.

רבי יעקבֿ ממרויש, אַ פּראָוואַנסאַלער רבֿ פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, האָט געפּסקנט אין עטלעכע פֿאַלן לויט זײַנע חלומות אין זײַן ספֿר „שאלות ותּשובֿות מן השמים‟. די ליובאַוויטשער חסידים האָבן באַזונדערס ליב דעם דאָזיקן ספֿר, ווײַל דאָרטן ווערט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז י״ט כּיסלוו — דער טאָג, ווען דער בעל־התּניא, דער גרינדער פֿונעם חב״ד־חסידים, איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה — איז אַ „יום בשׂורה‟. אַ טייל הײַנטיקע פּוסקים פֿאַרלאָזן זיך נאָך אַלץ אויף רבי יעקבֿס חלומדיקע פּסקי־דינים — למשל, אַז אַ פֿרוי מעג זאָגן אַ ברכה בײַם בענטשן דעם לולבֿ און אתרוג.

אַן אַנדער וויכטיקער פֿאַל איז דער שווערער און טרויערער ענין פֿון עגונות. הרבֿ אַריה־לייב צינץ, אַ גרויסער פּוילישער פּוסק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אַמאָל באַטראַכט די מעשׂה מיט דרײַ ייִדישע מענער, וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן בעת אַ נסיעה איבערן ים. די מאַמע פֿון איין מאַן האָט דערזען אין אַ חלום, אַז איר זון איז דערטרונקען געוואָרן צוזאַמען מיט זײַנע חבֿרים. אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן אומגעוויינטלעכן עדות, האָט דער רבֿ געפּסקנט, אַז די אַלמנות פֿון די פֿאַרשוווּנדענע מעגן חתונה האָבן מיט אַנדערע מענער.

דער חתם־סופֿר האַלט, אַז מע מוז מקיים זײַן אַ נדר, וואָס מע האָט געמאַכט אין אַ חלום. אינעם חלום שפּיגלען זיך אָפּ די מחשבֿות פֿונעם מענטשן, וואָס ער האָט געהאַט בײַטאָג, דערפֿאַר איז מען חושש, אַז ער האָט טאַקע געהאַט דעם נדר אין זינען, אָבער שפּעטער פֿאַרגעסן. על־פּי קבלה, זאָל מען אויך נישט נעמען די עראָטישע חלומות צו לײַכטזיניק: זיי זענען דאָך אַן אָפּשפּיגלונג פֿון טאָג־טעגלעכע סעקסועלע הירהורים. פֿון דער צווייטער זײַט, באַטאָנען די חז״ל אין דער גמרא „ברכות‟, אַז פֿאַרשיידענע אויסטערלישע עראָטישע חלומות קאָנען זײַן דווקא אַ גוטער סימן.

אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר שוין באַטראַכט אַ געוויסן אַספּעקט פֿון חלומות, אַז אין אונדזער אומבאַוווּסטזיניקער שעפֿערישקייט שטעקט אַ גרויסער כּוח. פֿון דעסט וועגן, זענען מיר גאָר ווײַט פֿון יוספֿס צידקות און פֿון די העלדישע כּוונות פֿון די חשמונאָים, דערפֿאַר טאָרן מיר זיך נישט פֿאַרלאָזן, געוויינטלעך, אויף אונדזערע חלומות, בפֿרט ווען דאָס וואָלט געקאָנט ברענגען אַ היזק אַ צווייטן. ס׳איז כּדאַי אָבער צו געדענקען, אַז אונדזערע חלומות זענען נישט בלויז אַ מין „קינאָ‟, נאָר אַן אויסדרוק פֿון טיפֿע נשמה־כּוחות, וואָס ווערן צומאָל אַפֿילו גענומען אין באַטראַכט אין פּראַקטיווע פּסקי־הלכה. לאָמיר זשע חלומען פֿון גוטע זאַכן!