מאַיוס נאָװאָגרודזקי, ייִוואָ־וואָלונטיר ביזן סוף

Majus Nowogrodzki, YIVO Volunteer Till The End

פֿון טאַמאַרע גליסאָן

Published December 14, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערװײַל איז מאַיוס׳ מאַמע פֿאַרבליבן אין וואַרשעווער געטאָ. דאָרט האָט זי געדינט ווי אַ מיטגליד פֿונעם אונטערערדישן בונדישן עקזעקוטיװן קאָמיטעט און אָרגאַניזירט אַקטיװיטעטן פֿאַר די קינדער פּון געטאָ. כאָטש זי האָט געהאַט אַ מעגלעכקייט צו אַנטלויפֿן האָט זי באַשלאָסן צו בלײַבן אין געטאָ װוּ זי איז געווען טעטיק ביז די דײַטשן האָבן זי אַוועקגעפֿירט צום טויט.

נאָך דער מלחמה האָט מאַיוס באַקומען אַ מאַגיסטער פֿון ברוקלין־פּאָליטעכנישן אינסטיטוט און געאַרבעט װי אַן עלעקטרישן אינזשעניר־פֿאָרשער פֿאַר RCA, װוּ ער האָט אַרױסגעגעבן אַ בוך. צוזאַמען מיט מערין האָט ער אויפֿגעהאָדעוועט צװײ קינדער — סוזען און ריטשאַרד.

במשך פֿון די יאָרן האָט מאַיוס אָנטיילגענומען אין טרויער־אַקאַדעמיעס לזכּרון די זעקס מיליאָן און כּלערליי אַנדערע אַקטיוויטעטן. שוין אין זײַנע סוף־אַכציקער האָט ער — אין איינעם מיט זײַן אַלטן חבֿר, מאַרעק עדעלמאַן — אָנטיילגענומען אין אַ צערעמאָניע אין וואַרשע לכּבֿוד דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.

ביז זײַנע לעצטע טעג האָט מאַיוס געאַרבעט װי אַ פֿרײַוויליקער אין די „ייִװאָ‟־אַרכיװן. זײַן קלאָרער זכּרון און געשמאַקע װיצן האָבן אַלעמאָל אַרויסגערופֿן אַ שמײכל בײַ די פּנימער פֿון זײַנע קרובֿים, געסט און די פֿאָרשערס װאָס האָבן באַזוכט דעם „ייִוואָ‟ פֿון פֿאַרשידערנע לענדער. ער האָט אָנגעהאַלטן אַ קאָנטאַקט מיט זײַנע קרובֿים און פֿרײַנד פֿון דער ווײַטנס דורך בליצבריוו און אָפֿט מאָל זיך דערוווּסט וועגן פֿאַרשידענע ידיעות דורך „פֿייסבוק‟, ניט געקוקט אויף זײַן עלטער.

מאַיוס האָט אויך אָרגאַניזירט, איבערגעזעצט און רעדאַקטירט (צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער סוזען) זײַן טאַטנס ייִדישע זכרונות װעגן דער בונדישער באַװעגונג אין פּױלן צװישן די צװײ װעלט־מלחמות. דאָס בוך איז הײַנט אַ װיכטיקער מקור פֿאַר דער געשיכטע פֿונעם „בונד.‟ װי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿאַרן ישׂראלדיקן זשורנאַל „לעבנס־פֿראַגן‟, האָט ער אָפֿט געשריבן װעגן דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.

מאַיוס האָט אויך געשריבן לידער אויף ענגליש װעגן װיסנשאַפֿט, די אײניקלעך זאָלן זיך פֿאַראינטערעסירן אין דעם, און וועגן אַנדערע טעמעס. ער האָט אַרויסגעגעבן צוויי ביכער פּאָעזיע: איינס װעגן װיסנשאַפֿט און אַ צװײטס וווּ ער שילדערט זײַנע איבערלעבונגען בײַם עלטערן זיך.

דורך זײַנע ביכער און אַרטיקלען, זײַן אַרבעט אין „ייִוואָ‟ און זײַן פּאָזיטיווער שטעלונג צום לעבן איז מאַיוס געבליבן אַ מוסטער פֿאַר אונדז אַלעמען.

כּבֿוד זײַן אָנדענק!