מאַיוס נאָװאָגרודזקי, ייִוואָ־וואָלונטיר ביזן סוף

Majus Nowogrodzki, YIVO Volunteer Till The End

פֿון טאַמאַרע גליסאָן

Published December 14, 2017.

מאַיוס נאָװאָגראָדסקי
מאַיוס נאָװאָגראָדסקי

ס׳איז לעצטנס אַוועק אין דער אייביקייט דער ייִדישער קולטור־טוער און בונדיסט מאַיוס (מאַרק) נאָװאָגרודזקי. אַ זון פֿון פּראָמינענטע בונדישע פֿירער, איז ער אַליין געווען אַ משל פֿון פּערזענלעכער אומאָפּהענגיקייט.

ער איז ניפֿטר געוואָרן צו 97 יאָר, דעם 20סטן אָקטאָבער 2017, בײַ זיך אין דער היים אין מאַנהעטן.

געבוירן איז ער דעם 13טן סעפּטעמבער 1920 אין װאַרשע. די מאַמע, סאָניאַ ננאָװאָגרודזקי, איז געװען אַ לערערין אין אַ „צישאָ‟־שול און דער טאַטע, עמנואל נאָװאָגרודזקי — אַ בונדישער פֿירער.

די משפּחה האָט געוווינט אין וואַרשע אויף דער באַקאַנטער ייִדישער גאַס נאָװאָליפּיע. מאַיוס איז געגאַנגען אין אַ בונדישער שול און געווען טעטיק אין „סקיף‟ און „צוקונפט.‟ שפּעטער האָט ער זיך געלערנט אין אַ פּוילישער גימנאַזיע. צװישן זײַנע חבֿרים פֿון יענע יאָרן זענען געװען אַבֿרהמל לודען — דער ברודער פֿונעם זשורנאַליסט יצחק לודען וועלכער איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן — און מאַרעק עדעלמאַן וואָס איז בײַ די נאָװאָגרודזקיס געװאָרן ממש אַ בן־בית נאָך דעם ווי ער איז צו 15 יאָר פֿאַריתומט געוואָרן. אַבֿרהמל איז שפּעטער אומגעקומען אינעם חורבן.

צוליב דעם אַנטיסעמיטישן געזעץ װאָס האָט ניט דערלויבט ייִדן צו שטודירן אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט איז מאַיוס אַוועק שטודירן אין פֿראַנקרײַך. װען ס׳איז אויסגעבראָכן די מלחמה איז ער צוריקגעפֿאָרן קײן װאַרשע. צוזאַמען מיט אַנדערע בונדיסטן איז ער אַנטלאָפֿן אויף מיזרח דורך ליטע, רוסלאַנד און יאַפּאַן. צוליב דעם וואָס זײַן טאַטע איז דעמאָלט שוין געווען אין אַמעריקע וווּ ער האָט שװער געאַרבעט צו שטיצן די אונטערערדישע באַװעגונגען אין מיזרח־אײראָפּע, האָט מאַיוס אַליין פּלאַנירט צו פֿאָרן אַהין. פֿאָרנדיק אין די באַנען האָט ער אָנגעהויבן זיך אַליין לערנען ענגליש.

אין אַמעריקע האָט מאַיוס זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיט מערי שעפֿנער, די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן בונדישן זשורנאַליסט און „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער, ברוך שעפֿנער, װאָס איז אױך געהאַט אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע. אין 1942 איז מאַיוס אַרײַן אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ. קענענדיק פֿליסיק פֿינף שפּראַכן האָט מען אים אָנגעומען אין דער ספּעציעלער אויסשפּיר־איינהייט אין צפֿון־אַפֿריקע, קאָרסיקע און פֿראַנקרײַך.