אַ כּשרער האָטעל אין קראָקע

Kosher Hotel Opens in Krakow


פֿון כּנען ליפּשיץ (ייִט״אַ)

Published December 19, 2017.

פֿינף־און־זיבעציק יאָר נאָך דעם וואָס די נאַציס האָבן פֿאַרשיקט די קראָקעווער ייִדן קיין בעלזעץ און אוישוויץ, האָבן די אָפּשטאַמיקע פֿון עטלעכע קראָקאָווער ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן געגרינדעט אַ כּשרן האָטעל, דעם ערשטן אין דער שטאָט אין כּמעט 80 יאָר.

אינעם „האָטעל פּולין‟ געפֿינען זיך 38 צימערן, אַ שיל, און אַ ליפֿט וואָס גייט אויטאָמאַטיש פֿון איין שטאָק צום אַנדערן, קיינער זאָל ניט מחלל שבת זײַן. דער האָטעל פֿאַרמאָגט אַ כּשרע קיך אונטער דער השגחה פֿון הרבֿ מיכאל שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן.

מע פּלאַנירט אויף צו בויען דאָרט אַ מיקווה.

אַ טאָפּלטער צימער אינעם האָטעל, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן לופֿטפֿעלד אויפֿן נאָמען פֿונעם געוועזענעם פּויפּסט יאָהאַן פּאַולוס דער צווייטער, קאָסט $45 אַ נאַכט. דער האָטעל שטעלט צו פֿרישטיק און אויטאָבוסן וואָס פֿאָרן קיין קוזמיר, דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע, וווּ עס געפֿינען זיך אַ טוץ ייִדישע רעסטאָראַנען און אַ פּאָר שילן. ביידע באַדינגונגען זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

אַ היגער געשעפֿטסמאַן, ניט קיין ייִדישער, האָט אינוועסטירט $560,000 כּדי צו בויען דעם האָטעל. מע וועט אפֿשר אויך בויען אַן ענלעכן האָטעל אין דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל קוזמיר. אלי זאָלקאָס, וואָס פֿירט אָן מיטן האָטעל, האָט דערקלערט אַז די וואַקסנדיקע צאָל פֿרומע ישׂראלים וואָס פֿירן געשעפֿטן אין פּוילן האָט געשאַפֿן אַ באַדאַרפֿעניש נאָך אַזאַ האָטעל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.