ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

חבֿל בוזגאַן (רעכטס); אַפֿיש פֿאַר „באָגדאַנס וועג‟ — פֿילם וועגן קעלצער פּאָגראָם
חבֿל בוזגאַן (רעכטס); אַפֿיש פֿאַר „באָגדאַנס וועג‟ — פֿילם וועגן קעלצער פּאָגראָם

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 19, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פֿילם וועגן קעלצער פּאָגראָם שפּילט איצט אין די פּוילישע קינאָס

„באָגדאַנס וועג‟ איז אַ נײַער פֿילם וואָס מען קען זען די וואָך אין די פּוילישע קינאָס. סע גייט אַ רייד וועגן אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, א צוזאַמענאַרבעט פֿון צוויי רעזישסאָרן, מיכל יאַסקולסקי פֿון פּוילן און לאָרענס לעווינגער פֿון אַמעריקע.

אויף ענגליש הייסט דער פֿילם Bogdan‘s Journey, אָבער געמיינט ווערט נישט אַ ממשותדיקע נסיעה, נאָר אַ פּסיכאָלאָגישער פּראָצעס, אַ וועג צו היילונג.

ווער איז דער קראַנקער און וואָס איז די קרענק? דער קראַנקער איז די שטאָט קעלץ, נישט ווײַט פֿון וואַרשע און די קרענק איז שׂינאת־ישראל. מער ספּעציפֿיש — אַ פּאָגראָם וואָס קעלצער תּושבֿים אין איינעם מיטן מיליטער און דער פּאָליציי האָבן דורכגעפֿירט דעם פֿערטן יולי 1946.

פֿערציק ייִדן, לעבן געבליבענע פֿונעם גרויסן חורבן, זענען דעמאָלט דערמאָרדעט געוואָרן.

די קעלצער מערדער איז געווען לײַכט צו געפֿינען די ייִדן ווײַל זיי האָבן אַלע געוווינט אין איין הויז. זיי האָבן זיך דעמאָלט באַטייליקט אין אַן אַזוי גערופֿענער הכשרה — אַ פּראָגראַם זיך צוצוגרייטן עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל.

פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָך דער שחיטה זענען אַלע גאָט די נשמה שולדיק.

די דעמאָלט קאָמוניסטישע מאַכט האָט באַשולדיקט רעכטע עלעמענטן אין דער פּוילישער באַפֿעלקערונג אין דורכפֿירן דעם קאָלעקטיוון מאָרד. די רעכטע באַשולדיקן די קאָמוניסטישע מאַכט. הא־ראיה, זי האָט געהאַט קאָנפֿיסקירט די וואָפֿנס פֿון די ייִדן.

פֿאַרשטייט זיך אַז ביידע צדדים זאָגן דעם אמת — וועגן דעם אַנדערן צד.

דער העלד פֿונעם פֿילם איז, אין אַ געוויסער מאָס, באָגדאַן ביאַלעק, אַ פּוילישער פּסיכאָלאָג, אַ קאַטאָליק, וואָס איז געקומען קיין קעלץ אין די זיבעציקער יאָרן.

אפֿשר צוליב זײַן באַרוף און אפֿשר ווײַל ער איז פּשוט אַן אָרנטלעכער מענטש וואָס זוכט דעם אמת, איז געוואָרן בײַ אים אַ מין לעבנס־מיסיע צו אַנטדעקן דעם אמת וועגן דעם קעלצער פּאָגראָם. ביאַלעק האַלט אַז כּל־זמן מענטשן באַקענען זיך נישט מיט זייער פּראָבלעמאַטישן עבֿר, וועלן זיי אים מיטשלעפּן מיט זיך אויף אייביק.

ביאַלעק דערקלערט פֿאַר וואָס ער האָט באַשלאָסן צו רעדן מיט דער קעלצער באַפֿעלקערונג וועגן דעם ענין. די סיבה איז אַ פּשוטע. קיינער וואָלט עס נישט געטאָן אויף זײַן אָרט. קיינער האָט נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם. נישט די קאָמוניסטן, נישט די רעכטע קעגנערס פֿון דער אַמאָליקער קאָמוניסטער מאַכט, נישט די קירך און נישט די אײַנוווינער. אָבער רעדן וועגן דעם מוז מען, באַטאָנט ביאַלעק.

און אַז מען דערמאָנט שוין די קירך — דער תּירוץ פֿאַרן פּאָגראָם איז געווען אַ בלוט־בלבול. דהיינו, אַז ייִדן נייטיקן זיך אין קריסטלעכן בלוט פֿאַר זייערע מצות. די ייִדן האָבן כּלומרטש דערהרגעט אַ פּויליש ייִנגל און געבאַקן זייערע מצות מיט זײַן בלוט. אַן אַלטער אָבער תּמיד עפֿעקטיווער ליגן.

נישט אַלע ווייסן אַז נאָכן חורבן זענען געווען אין פּוילן אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן. אַ קליינע צאָל אין פֿאַרגלייך מיט די 3.5 מיליאָן פּוילישע ייִדן פֿאַר דער מלחמה, אָבער נישט קיין נישטיקע צאָל.

דער קעלצער פּאָגראָם איז געווען איינע פֿון די וויכטיקע סיבות וואָס דאָס רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרלוירן די האָפֿענונג אַז זיי קענען באַנײַען זייער לעבן אויף פּוילישער ערד.


פּולין־מוזיי דערציילט וועגן דעם פֿאַרגעסענעם ייִדישן אַקטיאָר־רעזשיסאָר חבֿל בוזגאַן

אַ דאַנק דעם וועבזײַטל „דאָס ווירטועלע שטעטל” פֿונעם ייִדישן מוזיי פּולין, וועלן מיר נישט פֿאַרגעסן אין אַ סך וויכטיקע ייִדישע פּערזענלעכקײטן.

נעמט, למשל, חבֿל בוזגאַן — אַן אַקטיאָר, איבערזעצער, אויטאָר, רעזשיסאָר און טעאַטער־דירעקטאָר וואָס איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן.

בוזגאַן איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין יאָר 1897. ער האָט אָנגעהויבן זײַן טעאַטער־קאַריערע ווי אַ סופֿליאָר. באַלד איז ער אַריבער אויף דער בינע ווי אַן אַקטיאָר אין דער מיטאָלאָגישער ווילנער טרופּע.

בוזגאַן קען מען זען אינעם ייִדישן פֿילם „על חטא‟, וואָס איז געמאַכט געוואָרן אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

זײַן מזל איז געווען וואָס ער מיט זײַן פֿרוי, די אַקטריסע ריווע שילער, זענען פֿאַרבעטן געוואָרן אויף אַ גאַסטראָל אין אַרגענטינע אין יאָר 1939.

אַנדערש ווי דאָס רובֿ ייִדישע אַקטיאָרן האָט חבֿל בוזגאַן זיך אומגעקערט קיין פּוילן עטלעכע יאָרן נאָך דער מלחמה. ער האָט געשפּילט אין דער „אידאַ קאַמינסקאַ טעאַטער־טרופּע‟ אין לאָדזש.

ווען די לאָדזשער טרופּע און די וואַרשעווער טרופּע זענען פֿאַראייניקט געוואָרן און דער ייִדישער פּוילישער מלוכה־טעאַטער איז געגרינדעט געוואָרן, איז ער אַריבער קיין וואַרשע.

אַפֿילו נאָך דער אַנטי־ציוניסטישער קאַמפּאַניע פֿון דער פּוילישער מלוכה אין יאָר 1968 ווען אידאַ קאַמינסקאַ האָט פֿאַרלאָזט פּוילן, איז חבֿל בוזגאַן געבליבן אין וואַרשע און געווען במשך פֿון אַ קורצער צײַט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז איצט געווען „פֿאַריתומט‟ אָן אידאַן.

חבֿל בוזגאַן איז נפֿטר געוואָרן אין יאָר 1973 אין וואַרשע און האָט געפֿונען זײַן רו־אָרט אויפֿן וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.