באַשיידן, אָבער שטאַרק

Humble, But Strong

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 21, 2017.

ווי אַזוי זאָלן מיר זיך פֿירן, ווען מיר מוזן זיך טרעפֿן מיט אַ וויכטיקן מענטש, וואָס אין זײַנע הענט ליגט דער גורל פֿון אונדזערע פֿרײַנד, קרובֿים און אַפֿילו פֿון אונדז אַליין? אַפּנים, מוז מען זיך אויך אויף אַן ענלעכן אופֿן ווענדן צום אייבערשטן אין אונדזערע תּפֿילות. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער רבונו־של־עולם איז נישט קיין מענטש, אָבער ווי באַלד די תּורה זאָגט אונדז אָן צו באַטראַכטן אים ווי דעם מלך־מלכי־המלכים, באַקומט אונדזער שמועס מיטן באַשעפֿער אַ כּמו־מענטשלעכן כאַראַקטער.

וועגן דעם דערציילט די הײַנטיקע פּרשה. יהודה איז צוגעקומען צום מיצרישן שני־למלך מיט דער בקשה צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף אַנשטאָט בנימין, וועלכן יוסף האָט פֿאַרהאַלטן בײַ זיך דורך אַ צאָל קונצן. יהודה האָט אויסגעדריקט זאָרג, אַז טאָמער בנימין קערט זיך נישט אום אַהיים, וועט זייער טאַטע, יעקבֿ, שטאַרבן צוליב עגמת־נפֿש.

ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן. ער האָט דערקלערט זײַנע ברידער, וואָס האָבן אים פֿאַרקויפֿט מיט יאָרן צוריק אין שקלאַפֿערײַ, אַז דער אייבערשטער האָט אים איצט געגעבן גאָר אַ הויכע פּאָזיציע אין מצרים. ווען יעקבֿ איז געווויר געוואָרן, אַז זײַן פֿאַרלוירענער זון לעבט נאָך, איז ער אָנגעקומען מיט זײַן גאַנצער משפּחה קיין מצרים.

די תּורה גיט אונדז איבער, אַז יהודה האָט אָנגעהויבן זײַנע רייד מיט דער טענה: „בי אַדוני‟ — זײַ נישט ברוגז, מײַן האַר, אָבער וואָס דו האָסט געטאָן איז נישט יושרדיק. פֿרעג, צי מיר האָבן אַ טאַטן אָדער אַ ברודער? ענטפֿערנדיק אויף זײַן אייגענער פֿראַגע, האָט יהודה דערציילט בקיצור די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה.

יהודהס ווערטער קלינגען פּשוט, אָבער גיבן אונדז אַ פּראַקטישע עצה. יהודה האָט זיך באַקלאָגט, אַז דאָס פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער בנימין איז אַן עוולה, אָבער באַלד האָט ער צוגעגעבן, ער איז בלויז א פּשוטער מענטש אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ גרויסן און מעכטיקן מנהיג, ווי דער שני־למלך. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן אַ דיאַלאָג מיט יוספֿן.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טרעפֿן מיר נישט אַזוי זעלטן מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען אין אַ געוויסן זין יוספֿס אָרט. למשל, ווען עמעצער וויל עמיגרירן מיט זײַן משפּחה אין אַן אַנדער לאַנד, מוז מען צומאָל האָבן צו טאָן מיט רעגירונג־באַאַמטע, וואָס האָבן דאָס רעכט אָפּצוזאָגן, צו פֿאַרשאַפֿן אומגעריכטע שוועריקייטן אָדער אַפֿילו צעשיידן אַ פּאָרפֿאָלק און די טאַטע־מאַמע מיטן קינד. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן שטויסן זיך די נײַע אימיגראַנטן כּסדר מיט אַזעלכע סיטואַציעס. צומאָל באַקומט דאָס קינד די דאָקומענטן, אָבער דער טאַטע ווערט, נעבעך, דעפּאָרטירט און אַרײַנגעשריבן אין דער שוואַרצער ליסטע. צומאָל לאָזט מען נישט די מאַמע קומען אויף דער חתונה פֿון איר אייגענער טאָכטער, ווײַל אַ באַאַמטער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן דער מאַמען אַ וויזע צוליב אַ פּערזענלעכן חשד.

אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער פֿאַל איז ווען עמעצנס אימיגראַציע־סטאַטוס ווענדט זיך אין אַ געוויסער אַרבעט. דעמאָלט שפּילט שוין דער בעל־הבית פֿון דער פֿירמע די ראָלע פֿון יוספֿן: אויב ער זאָגט אָפּ דעם אַרבעטער, קאָן אַ גאַנצע משפּחה זיך צעפֿאַלן צוליב אימיגראַציע־צרות.

אַוודאי, טרעפֿן זיך אַזעלכע מעשׂים נישט בלויז אין אַמעריקע, נאָר אומעטום — בפֿרט אין גרויסע לענדער, וואָס ציִען צו אַ סך פּאָטענציעלע אימיגראַנטן. אַזוי צי אַזוי, ווײַזן די דאָזיקע בײַשפּילן, אַז די מעשׂה אין אונדזער פּרשה איז נישט אַזוי פֿרעמד און ווײַט פֿאַר אונדז. אַ דורכשניטלעכער גרענעץ־באַאַמטער, פּאָליציאַנט, ריכטער אָדער אַפֿילו אַ בעל־הבית פֿון אַ בנין האַלט צומאָל דעם גורל פֿון אַ גאַנצער משפּחה אין זײַנע הענט. צום באַדויערן, זענען די מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען אַזעלכע פּאָזיציעס, געוויינטלעך גאָר ווײַט פֿון יוסף הצדיקס מדרגה. פּערזענלעכע אַמביציעס, גרונטלאָזיקע חשדים און אַפֿילו אַ שלעכטע שטימונג קאָנען משפּיע זײַן אויף זייערע באַשלוסן.

ווען מע מוז האָבן צו טאָן מיט אַ מענטש, וואָס געפֿינט זיך אין אַ פֿירנדיקער פּאָזיציע, דאַרף מען רעדן „בנחת ובתּוקף‟, ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט דער ליובאַוויטשער רבי. אויב מע הייבט אָן שטאַמלען ווי אַ נעבעך און זיך פֿירן ווי אַ שקלאַף, קאָן דער מאַכטהאָבער עפּעס חושד זײַן אָדער אַפֿילו אויסנוצן דעם מענטש אויף אַן אומיושרדיקן אופֿן. עס גייט נישט אַ רייד דאָ וועגן קאָרופּציע און פֿיזישער באַלעסטיקונג — צוויי באַקאַנטע טעמעס פֿון פּאָליטישע און סאָציאַלע סקאַנדאַלן אַרום דער וועלט. דער סאַרקאַסטישער און שטרענגער טאָן מצד אַ מאַכטהאָבער קאָן אויך זײַן אַ שטאַרקער פּסיכאָלאָגישער קלאַפּ.

פֿון דער צווייטער זײַט, טאָר מען זיך נישט באַקלאָגן מיט אַ גרעבלעכן אָדער אַ צו שטאַרקן טאָן; דער מאַכטהאָבער קאָן דאָך ברוגז ווערן. באַקומט זיך, אַז מע דאַרף אין אַזאַ פֿאַל רעדן „בנחת ובתּוקף‟ — ווי אַ באַשיידענער מענטש, אָבער צו דער זאַך. ווען ס׳איז נאָר מעגלעך, איז אויך גוט אָנצוקניפּן אַ פֿרײַנדלעכן דיאַלאָג, ווי יהודה האָט געטאָן.

אַחוץ דעם דאָזיקן פּשוטן משל פֿון אונדזער פּרשה, באַטאָנען די מפֿרשים, אַז דער שמועס צווישן יהודה און יוסף איז מרמז אויף משיחס צײַטן, ווי אויך אויף דער תּפֿילה, אויפֿן דיאַלאָג צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם. דער צוועק פֿון משיחן איז נישט איבערצונעמען ארץ־ישׂראל און די גאַנצע וועלט בגוואַלד, ווי עס גלייבט אַ טייל פֿרומע ייִדן, נאָר מתּקן זײַן די וועלט און אַנטפּלעקן דעם סוד, אַז זײַענדיק אַ גרויסער צדיק און רבי, בלײַבט ער פֿאָרט אַ ברודער פֿון יעדן פּשוטן מענטש, ווײַל אין יעדער נשמה באַהאַלט זיך אַ משיחיש פֿינקל. אין שווערע סיטואַציעס, ווערן מענטשן אין כּעס, פֿאַלן אַרײַן אין מרה־שחורה, און הייבן אָן צו טראַכטן, אַז דער באַשעפֿער האָט, חס־וחלילה, אונדז פֿאַרלאָזט. אין אַזאַ ביטערער שטימונג מאַכן מענטשן צוויי היפּוכדיקע טעותן: אָדער מע באַשליסט, אַז מיר זענען נישטיקע נעבעכדיקע באַשעפֿענישן, דערפֿאַר הערט נישט דער אייבערשטער אונדזערע תּפֿילות, אָדער פֿאַרקערט — אַז מיר קאָנען אַלץ אויספּועלן אַליין און דאַרפֿן זיך אויף קיינעם נישט פֿאַרלאָזן.

אין דער אמתן, אַזוי ווי אינעם דיאַלאָג צווישן מענטשן, מוז מען דאַוונען „בנחת ובתּוקף‟. יאָ, מיר זענען גאָרנישט מיט נישט אין פֿאַרגלײַך מיטן הייליקן באַשעפֿער, אָבער אין אונדזער נשמה ברענט דאָס געטלעכע ליכט. „בי אַדוני‟ — ברמז מיינט עס, ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, אַז יעדער מענטש דאַרף זיך דערמאָנען: דער באַשעפֿער געפֿינט זיך אויך אין מיר — „בי‟. עס קאָן זײַן אַז איך בין גאָרנישט, אָבער איך בלײַב פֿאָרט פֿאַרבונדן מיטן רבונו־של־עולם. ווען מע טראַכט אַזוי, קאָן מען אָנהייבן אַ לעבעדיקן דיאַלאָג מיטן באַשעפֿער.

דער ראָפּשיצער רבי באַמערקט אין זײַן ספֿר „זרע קודש‟, אַז דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ, חנוכּה, איז פֿאַרבונדן מיטן צוקונפֿטיקן שלום צווישן יהודה און יוסף, מיינענדיק צוויי היפּוכדיקע טיפּן מענטשלעכע נשמות. אין חנוכּה ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן צוויי פֿאַרשיידענע ענינים: די גבֿורה פֿון די חשמונאָים און דער שטילער, באַשיידענער נס מיט די ליכט.

יהודה איז געווען בטבֿע אַ שטאַרקער אינדיווידואַליסט. ווען ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן מיצרישן שני־למלך, האָט ער דערוועקט אין זיך זײַן מידת־העניווה — געפֿונען אין זיך דעם כּוח ערנסט צו זאָגן, אַז ער איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיטן צווייט־גרעסטן מענטש אין דער מיצרישער אימפּעריע.

להיפּוך, איז יוסף געווען בטבֿע אַ באַשיידענער און שטילער אָבער די געטלעכע השגחה האָט אים צוגעפֿירט צו דער גרויסער אומגעריכטער גדולה. ווען די צוויי ברידער האָבן זיך געטראָפֿן און דערקענט איינער דעם צווייטן, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז צווישן די דאָזיקע טיפּן מענטשן דאַרף נישט זײַן קיין סתּירה. בײַ אַ צדיק ווערט זײַן אמתע גדולה אויסגעדריקט דווקא אין דער פֿעיִקייט אינגאַנצן בטל צו ווערן אינעם געטלעכן ליכט. דער סוד פֿון געזונטע און יושרדיקע סאָציאַלע באַציִונגען באַשטייט אויך אין דער געזונטער קאָמבינאַציע פֿון אַ שטאַרקער פּערזענלעכקייט און באַשיידנקייט לגבי אַנדערע מענטשן — ווי אויך, אַוודאי, לגבי דעם רבונו־של־עולם.