„טכניון‟ לאַנצירט נײַעם צווײַג — אין כינע

Technion Launches New Branch – in China

Courtesy of GTIIT

פֿון ייִט״אַ

Published December 22, 2017.
Courtesy of GTIIT

דער „טכניון‟ — דער ישׂראלדיקער טעכנאָלאָגישער אינסטיטוט — איז לעצטנס געוואָרן דער ערשטער ישׂראלדיקער אוניווערסיטעט צו עפֿענען אַ קאַמפּוס אין כינע.

מאָנטיק האָט דער „גואַדאָנג־טכניון ישׂראל־אינסטיטוט פֿון טעכנאָלאָגיע‟ געעפֿנט אירע טירן אין דער שטאָט שאַנטו, וואָס געפֿינט זיך אין דער פּראָווינץ גואַדאָנג אין צפֿון־מיזרח כינע. דער נײַער אוניווערסיטעט איז אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן דעם חייפֿער „טכניון‟, דער „לי־קאַ־שינג־פֿונדאַקציע‟ און דער רעגירונג פֿון דער פּראָווינץ גואַדאָנג און דער שטאָט שאַנטו.

דער אוניווערסיטעט וועט לערנען ביז־גראַדויִר־ און גראַדויִר־סטודענטן אינזשענעריע און וויסנשאַפֿט. מע דערוואַרט, אַז אַרום 3,000 סטודענטן וועלן דאָרטן שטודירן במשך פֿון די קומענדיקע צען יאָר. דער קאַמפּוס נעמט אַרײַן 13 בנינים, 29 קלאַסצימער און 55 לאַבאָראַטאָריעס.

„מיר באַגריסן אַ נײַע תּקופֿה אין דער צוזאַמענבאַרבעט צווישן ישׂראל און כינע בײַם פֿאָרשן די געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, אינזשענעריע און לעבנס־וויסנשאַפֿטן‟, האָט געזאָגט פּרץ לבֿיא, דער פּרעזידענט פֿונעם „טכניון‟ בעת אַ צערעמאָניע אין שאַנטו.

לי דזשיאַנדזשע, דער קאַנצלער פֿונעם „שאַנטוער אינסטיטוט‟ האָט געזאָגט, אַז ביידע לענדער וועלן געניסן פֿון דער צוזאַמענאַרבעט.

„כינע שטעלט צו דעם ׳טכניון׳ אַ ברייטע פּלאַטפֿאָרמע, דורך וועלכער ער קען רעאַליזירן זײַן אַקאַדעמישע אויסגעצייכנטקייט‟, האָט דזשיאַנדזשע געזאָגט. „מיר, פֿון אונדזער זײַט, דאַרפֿן דעריבער זיך אָפּלערנען פֿונעם ׳טכניון׳ און פֿון ישׂראל וואָס עס הייסט צו טראַכטן אויף אַ נאָוואַטאָרישן אופֿן.‟

דער נײַער אוניווערסיטעט אין כינע איז ניט דער ערשטער אויסלענדישער צווײַג פֿונעם „טכניון.‟ אין סעפּטעמבער האָט דער לערן־אַנשטאַלט, בשותּפֿות מיט „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟, געעפֿנט אַ טעכנאָלאָגישן פֿאָרש־אינסטיטוט אויף רוזעוועלט־אינדזל אין דער שטאָט ניו־יאָרק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.