פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־לערער אין פּאַריז

Program for Yiddish Teachers in Paris

Courtesy of www.yiddishweb.com

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 24, 2017.

עס געפֿינען זיך הײַנט אין אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל זייער אַ סך קלאַסן — סײַ שטרענג פֿאָרמעלע, סײַ זייער אומפֿאָרמעלע — וווּ מע לערנט סטודענטן די ייִדישע שפּראַך. וווּהין פֿאָרט מען, אָבער, אַז מע איז שוין אַליין אַ לערער פֿון ייִדיש אָבער מע ווייסט, אַז מע האָט נאָך אַלץ וואָס צו לערנען סײַ וואָס שייך דער ייִדישער פּעדאַגאָגיק, סײַ וואָס שייך דער שפּראַך גופֿא?

אין אַ געוויינטלעכן יאָר איז ניטאָ קיין ספּעציעלער קורס פֿאַר ייִדיש־לערער אָבער אין 2018 איז דער ענטפֿער דווקא פּאַריז. דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די יערלעכע „קאָנטינענטאַלע‟ ייִדיש־פּראָגראַם וועט ווידער פֿאָרקומען אין פּאַריז. אַחוץ די פֿיר געוויינטלעכע ניוואָען פֿון ייִדיש־קלאַסן וועט מען צום ערשטן מאָל דורכפֿירן אַ לערנפּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־לערער. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿונעם 23סטן יולי ביזן 10טן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: zumer@yiddishweb.com.

דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ האָט אויך לעצטנס אַנאָנסירט אַ רייכן אויסוואַל פֿון קלאַסן און סעמינאַרן אויף מאַמע־לשון. די פּראָגראַם, וואָס איז מסתּמא צום מערסטנס אינטערעסאַנט די אויסלענדישע געסט, איז אַן אינטענסיווער סעמינאַר אויף ייִדיש מיט ד׳׳ר חווה טורניאַנסקי (העברעיִשער אוניווערסיטעט) אויף דער טעמע „די ייִדישע ליטעראַטור צווישן חשׂכּלה און חסידות.‟ דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען במשך פֿון דרײַ טעג, פֿון 9:30 אין דער פֿרי ביז 6 אַ זייגער אין אָוונט, פֿון פֿרײַטיק, דעם 6טן אַפּריל ביז זונטיק, דעם 8טן אַפּריל.

פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַלע פּראָגראַמען בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ באַזוכט: https://www.yiddishweb.com.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.