דרײַ קאָמפּאַקטלעך ייִדישע מוזיק צום נײַעם יאָר

Three CDs of Yiddish Music for the New Year


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 28, 2017, issue of October 27, 2017.

איידער דאָס יאָר 2017 קומט צון אַ סוף, וויל איך נאָך אַרײַנכאַפּן רעצענזיעס פֿון דרײַ קאָמפּאַקטלעך ייִדישע מוזיק, וואָס איך האָב נאָך נישט געהאַט די געלעגנהייט זיי צו באַשרײַבן. זיי זענען אַלע אַנדערש איינער פֿונעם אַנדערן און שטאַמען פֿון לענדער און שטעט פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט: ישׂראל, אָסטין און ניו־יאָרק.

„פּאַסאַזשירן” הייסט די נײַע רעקאָרדירונג פֿונעם ניו־יאָרקער זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און פֿילמאָגראַף דזשאַש וואַלעצקי. די ייִדישע קולטורוועלט האָט געוואַרט מיט אומגעדולד אויף זײַנע נײַסטע שאַפֿונגען זינט ס’איז אַרויס די זאַמלונג „אַריבער די שאָטנס” אין 2001. די הײַנטיקע ייִדיש־וועלט פֿאַרמאָגט עטלעכע פֿײַנע קאָמפּאָזיטאָרן, אָבער שאַפֿערס פֿון סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער קען מען ציילן אויף די פֿינגער און וואַלעצקי פֿאַרנעמט דעם אויבן־אָן.

די איצטיקע רעקאָרדירונג נעמט אַרײַן זעקס לידער אַראַנזשירט פֿון מײַקל ווינאָגראַד מיט אַן ערשט־קלאַסישער קאַפּעליע און כאָר. די לידער זענען, דער עיקר, פּערזענלעכע, ווי דאָס ליד „בלינדע טויב” וועגן דעם פֿריצײַטיקן טויט פֿון זײַן ברודער ניל.

“וואָרקע דײַן ניגון, מײַן בלינדע טויב
מיט די ערלעכע אויגן דײַנע.
דו ביסט מיר אַנטרונען:
אַ ריס אין מײַן נשמה.
וואָרקע דײַן ניגון, ווי, ניט ווי,
וואָרקע דײַן ניגון, טראַ־לאַ, טראַ־לי.

אָבער וואַלעצקי שרײַבט נישט בלויז אינטימע לידער, נאָר אויך אַ ליד וואָס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון די פּראָטעסטן בעת דער „וואָל־סטריט־אָקופּאַציע”, וווּ דאָס שלאָגוואָרט „נײַן און נײַנציק” האָט זיך פֿאַרשפּרייט; אַ ליד וועגן דעם אומיושר אויף דער וועלט.

ווילסטו ווערן אַן עושר הײַנט?
איז זאַמל נײַן־און־נײַנציק פֿרײַנד.
נעם צו בײַ זיי דאָס שענסטע און דאָס בעסטע.
זאָלן זיי לעבן אַ ביסל ענג און שמאָל.
דו’סט זיך בויען פֿונדאַמענטן פֿעסטע,
קראַצן וואָלקנס מיט גלאָז־און־שטאָל.

וואַלעצקי האָט אַלע מעלות — קאָמפּאָזיטאָר, פּאָעט און אַ פֿײַנער זינגער. זײַן קול און זײַנע שאַפֿונגען האָבן אַ ייִדישן טעם. אין אַ צײַט ווען אַפֿילו די חסידישע וועלט באָרגט מעלאָדיעס און טענץ פֿון דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער קולטור איז גוט צו זען, אַז די וועלטלעכע ייִדישע קולטורוועלט פֿאַרמאָגט נאָך אַ חוש פֿון עכטקייט.

צו באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל „פּאַסאַזשירן” שרײַבט צו

josh.waletzky@yahoo.com

פֿון אַן אַנדער עק פֿון דער ייִדישוועלט קומט די רעקאָרדירונג „אונטער די גרינינקע ביימעלעך”, מיט דער סאָפּראַנאָ־זינגערין שירעל דאַשעווסקי. די זאַמלונג קונסטלידער איז לכּבֿוד די קאָמפּאָזיציעס פֿון „דער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדישער פֿאָלקמוזיק” אין פּעטערבורג בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. צווישן די באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן אין דער גרופּע זענען געווען: יוסף אַחרון, אַלעקסאַנדער קרײַן, משה מילנער, סאָלאָמאָן ראָזאָווסקי און לאַזאַר סאַמינסקי צווישן אַנדערע. אויף אַלע לידער באַגלייט די זינגערין דער פּיאַניסט אורי ברענער.

דאָס איז נישט די ערשטע רעקאָרדירונג פֿון די שאַפֿונגען פֿון דער פּעטערבורגער גרופּע, וועלכע האָט זיך צעשפּרייט איבער אייראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע. אָבער אויף דעם קאָמפּאַקטל זענען דאָ קאָמפּאָזיציעס וואָס מע הערט צום ערשטן מאָל, בפֿרט די לידער פֿון ייִדישע אָפּערעס. אַנדערע לידער האָבן טעקסטן פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער ווי „אַ ליד פֿון אַ יתומה” (אין דער אמתן, נישט קיין פֿאָלקסליד, נאָר מיכל גאָרדאָנס אַ ליד). די פּאָעזיע פֿון „שיר־השירים” האָט ספּעציעל אינספּירירט די „געזעלשאַפֿט”,ווי אויך די מאָדערנע ייִדישע פּאַעזיע.

דאַשעווסקיס טרענירט קול איז גאָר גוט צוגעפּאַסט צו דעם רעפּערטואַר און זי דריקט אויס אַלע נואַנסן פֿון דער מוזיק.

 מע קען זי הערן און זען בײַ דעם לינק:

מע קען דאָס קאָמפּאַקטל באַשטעלן אויף דער וועבזײַט:

www.shirelle-dashevsky.com

די דריטע רעקאָרדירונג — „שוין אַוועק דער נעכטן” — קומט פֿון מײַן איצטיקער היימשטאָט אָסטין, טעקסאַס; אַ שטאָט וואָס פֿאַרמאָגט בלויז איין קאַפּעליע — „די מזל־טובֿ־קאַקטייל־שעה”. מיט צען יאָר צוריק האָבן די מוזיקער אויף דער רעקאָרדירונג גאָר נישט געוווּסט פֿון קלעזמער־מוזיק, אָבער אַ דאַנק צוויי וועגווײַזערס — דער קלאַרנעטיסטקע, קאָמפּאָזיטאָרין און לערערין שערי מיירענט און דעם באַסיסט מאַרק רובין — האָט זיך אַנטוויקלט אַ פֿײַנע גרופּע אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון שׂרה (סאַמאַנטאַ) און דילאָן גאָלדבערג.

די גרופּע האָט געהאַט מזל, וואָס מיט צוויי יאָר צוריק איז צוגעקומען צו זיי אַ פֿרוי פֿון בעלאַרוס, סוועטלאַנאַ זענגער, וואָס האָט געהערט ייִדישע לידער פֿון איר מאַמען און באָבען, און איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער קאַפּעליע. אויפֿן קאָמפּאַקטל זינגט זי באַקאַנטע לידער ווי „פּאַפּיראָסן” „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים”, אָבער אויך דאָס רוסישע ליד וועגן דעם שלימזל „חיים” און די נײַערע טאַנגאָ־קאָמפּאָזיציע פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן „די רויטע רויז”. ווען זיי שפּילן מעלאָדיעס פֿונעם עלטערן קלעזמער־רעפּערטואַר איז שווער נישט מיטצוטאַנצן. עס פֿרייט מיך אויך וואָס אין אַלע דרײַ באַגלייט־ביכלעך פֿון די דערמאָנטע זינגער און גרופּעס קען מען לייענען די ווערטער מיט ייִדישע אותיות. 

צו זען אַ ביסל פֿון דער “מזל־טוב־קאָקטייל־שעה” גיט אַ קוק אויף דעם “לינק”

צו באַשטעלן די רעקאָרדירונג, גיט אַ קוועטש אויף:

https://mazeltovkocktailhour.bandcamp.com/album/shoyn-avek-der-nekhtn-2



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.