ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published December 28, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

כּשרע האָטעלן קאָנען נישט פֿאַרבײַטן אַ גוטע ייִדישע דערציִונג

נאָך דער צווייטער וועלט־לחמה איז פּוילן בשום־אופֿן נישט געווען קיין גן־עדן פֿאַר ייִדן. פֿון דעסט וועגן האָבן ייִדישע טאַטע־מאַמעס יאָ געקאָנט שיקן זייערע קינדער אין אַ בחינמדיקער מלוכישער ייִדישער שול אויף אַ הויכן ניוואָ, וווּ די קינדער האָבן זיך געלערנט ייִדיש.

די מלוכה האט אַרויסגעגעבן לערנביכער פֿאר ייִדישער קינדער אין דער ייִדישער שפּראַך. דיפּלאָמירטע לערערס און לערערינס האָבן געלערנט די קינדער.

גאָלדע טענצער, די דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע, לייענט און שרײַבט ייִדיש אַ דאַנק אַזאַ ייִדישער שול — די פּרץ־שול אין לאָדזש.

די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע אין יאָר 1968 האָט געמאַכט אַ סוף צו דער ייִדישער דערציִונג אויף ייִדיש אין פּוילן. קיינער האָט זיך נישט געקומערט זי מחדש צו זײַן נאָכן אומקום פון קאָמוניזם.

עס איז אַפֿילו נישט קיין פֿראַגע פֿון געלט. לויטן פּוילישן געזעץ איז ייִדיש אַ מינדערהײט־שפּראַך און במילא האָבן ייִדישע קינדער דאָס רעכט אויף דערציִונג אויף זייער אייגן לשון. עס איז אָבער נישטאָ ווער עס זאָל עס פֿאָדערן בײַ דער רעגירונג.

וואָס האָבן מיר יאָ זינט דעם אומקום פֿון קאָמוניזם? מיר האָבן אַ ריי נײַע כּשרע רעסטאָראַנען און אַפֿילו האָטעלן. נעמט, למשל, קראָקע. דער „האָלידיי־אין‟ האָטעל וואָס געפֿינט זיך אין מיטן שטאָט און וואָס ווערט געפֿירט פֿון יוסף ווירצער, דער סימפּאַטישער ברודער פֿונעם אַקטיאָר שמואליק עצמון, זאָגט אַז מע קען דאָרט באַקומען כּשר עסן. נאָר וואָס זשע? איר דאַרפֿט עס באַשטעלן אין פֿאָרויס.

איצט האָבן מיר אַ נײַעם כּשרן האָטעל אין קראָקע. הייסט עס, נישט אין קראָקע גופֿא, נאָר לעבן קראָקעווער פֿליפֿעלד. די געסט וועלן קענען פֿאָרן זען דעם אוישוויץ מוזיי אָדער די שטאָט קראָקע מיט אויטאָבוסן. און וואָס טוט מען שבת? דעמאָלט טאָר מען דאָך נישט פֿאָרן. נישט געדאגהט. דער נײַער האָטעל האָט אַן אייגענע שיל.

מיר דאַכט זיך אַז אויב מען איז שוין אין קראָקע, איז שוין שענער און מער רוחניותדיק צו וווינען אין קראָקע גופֿא און גיין שבת צו פֿוס דאַווענען אין דער היסטאָרישער רמ״א שול וואָס געפֿינט זיך אין מיטן שטאָט, אָבער מילא.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער מײַן שׁימחה איבער די נײַע כּשרע האָטעלן איז אַ באַגרענעצטע. איך פֿריי זיך זייער וואָס טוריסטן קענען עסן כּשר עסן. מיטן ייִדישן לעבן אין פּוילן האָט עס אָבער נאָר אַ באַגרענצטע שייכות.

עס האָט מער צו טאָן מיט פּוילן ווי אַ מוזיי פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן.


בולדאָזער אין סעמיאַטיטש רײַסט סקעלעטן פֿון ייִדישן בית־עולם אַרויס פֿון זייער רו־אָרט

סעמיאַטיטש, אין צפֿון־מזרח פּוילן, איז אַ מאָל געווען אַ ייִדיש שטעטל, צוויי דריטל ייִדיש. די ייִדישע תּושבֿים זענען כּמעט אַלע דערמאָרדעט געוואָרן אין טרעבלינקע.

איצט וויל דער פּוילישער אויטאָמאָביליסטן־פֿאַרבאַנד בויען אַ טראַנספֿאָרמאַטאָר און פּאַרקירפּלאַץ אויפֿן שטח פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בית־עולם אין שטעטל. דער בולדאָזער וואָס קאָפּעט דאָרטן די ערד האָט געריסן פֿון זייער רו־אָרט סקעלעטן פון די ייִדישע מתים. מען קען זיי זוכן און געפֿינען אינעם בערגל ערד לעבן דעם בוי־פּלאַץ. FODZ, וואָס איז אַן אַקראָנים פֿאַר דער „פֿונדאַציע פֿאַר דער ייִדישער ירושה אין פּוילן‟ האָט פּראָטעסטירט קעגן דעם בוי־פּראָיעקט אויפֿן הייליקן אָרט.

אַ פּנים צוליב דעם רעש אין דער פּרעסע האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן שטעלע דעם אָרטיקן קאָנסערוואַטאָר — דעם מענטש וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אויפֿהאַלטן קונסטווערק, בנינים און אַנדערע קולטורעלע חפֿצים.

דער אָרטיקער פּראָקוראַטאָר וועט אויספֿאָרשן דעם ענין, און די ביינער פֿון די ייִדישע קדושים וועלן אַריבערגיין אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ רבינים־קאָמיסיע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.