ווי צו פֿאַרבײַטן אונדזער צעבראָכענע געזונט־סיסטעם: דרײַ װיזיעס

How to Replace Our Broken Health System: Three Visions


פֿון שלום בערגער

Published January 05, 2018.

װי אַ דאָקטער וואָס אַרבעט אויפֿן געביט פֿון פֿאָלקסגעזונט און וואָס אינטערעסירט זיך מיט געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, קומט מיר אױס אָפֿט מאָל צו הערן פֿאַרשײדענע איבערלעבונגען פֿון פּאַציענטן אין דער אַמעריקאַנער געזונט־סיסטעם.

טײל זײַנען שױדערלעך, טײל שרעקעדיק, און טײל פּשוט נישט צו פֿאַרשטײן. אַ דאָקטער קלינגט אָן אַ פּאַציענט מיט אַ בלוטטעסט־רעזולטאַט, געפֿינט אים נישט אין דער הײם, און גיט זיך אונטער — אָן צו פּרוּװן װײַטער צו דערגרײכן דעם פּאַציענט מיט אַ בריװ אָדער אַן עלעקטראָנישן אָנזאָג. אַ צװײטער דאָקטער מאַכט אומפּאַסיקע באַמערקונגען װעגן דעם קראַנקנס פֿיזישן אױסזען. אַ דריטע פֿרױ, מיט אַ כראָנישע, זעלטענע קראַנקײט, קען נישט פּועלן בײַ איר דאָקטער אַז איר מצבֿ איז אַן עכטער און נישט קײן אױסגעטראַכטער — ער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון דעם, האָט ער זיך נישט אַפֿילו באַמיט נאָכצוקוקן די קראַנקײט אױף דער אינטערנעץ.

כאָטש די געשיכטעס זײַנען פֿאַרשידן־מיניקע זײַנען די חסרונות פֿון אונדזער געזונט־סיסטעם ברײט באַקאַנט. דאָ װעל איך זײ אױסרעכענען אױף אײן פֿוס, און שטעלן די פֿראַגע: נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַ סך פּרוּװן צו פֿאַרבעסערן די סיסטעם אױף אַ גרינטלעכן אופֿן זײַנען דורכגעפֿאַלן, װאָס טוט מען װײַטער? װי אַזױ קען מען אױספֿירן רעאַלע שינויים?

די חסרונות קען מען אײַנטײלן אױף עטלעכע קאַטעגאָריעס: די איבערלעבונגען פֿונעם יחיד, די עקאָנאָמישע מניעות, און דער געזעלשאַפֿטלעכער אומיושר. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלץ איז אין תּוך פֿאַרבונדן. נאָר פּטור בלא כּלום אי אפֿשר.

א. די איבערלעבונג פֿונעם יחיד

אַז מע גײט צום דאָקטער, פֿילט זיך דער פּאַציענט אָפֿט מאָל אַז דער דאָקטער הערט אים נישט אויס ווי געהעריק. מע פֿילט זיך אונטערגעײַלט אָדער דערנידעריקט. מע גײט אַװעק אָן אַ פֿאַרשטאַנד פֿון אַ ממשותדיקן פּלאַן ווי אַזוי זיך אויסצוהיילן. סע פֿעלט בכלל אַ באַציִונג מיט עפּעס מער װי אַ קאָפּמיוטער. און אַז מע דאַרף זיך זען מיט פֿאַרשײדענע ספּעציאַליסטן – װי אַזױ קען מען דערמעגלעכן אַז זיי זאָלן זיך אַלע צונויפֿרעדן? ס׳איז דאָך 2018, פֿאַר װאָס איז דאָס אַזױ שװער?

ב. די עקאָנאָמישע מניעות

טײל מענטשן האָבן ליב צו זאָגן אַז אַמעריקע איז „אויפֿן ערשטן אָרט‟ מיט אַלצדינג. אין אײן פּרט זײַנען זײ 100% גערעכט: אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײגט מען אױס די גרעסטע סומעס געלט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רײַכע לענדער, און דאָך — ברענגען זיי די ערגסטע רעזולטאַטן! פֿאַר װאָס? ס׳רובֿ געזונט־עקאָנאָמיסטן האַלטן, אַז די היגע סיסטעם לײַדט פֿון צװײ שװאַכקײטן: די פּרײַזן זײַנען צו הױך, און מע טוט צו פֿיל. „צו פֿיל“ מײנט צו פֿיל רעצעפּטן, פּראָצעדורן, טעסטן, און אָפּעראַציעס, אָן שום באַװײַז אַז זײ העלפֿן טאַקע. און די פּרײַזן? מע רעכנט װאָס דער מאַרק טוט אינצענטיװירן - איז דעריבער נישטאָ קײן סיבה, אין אונדזער איצטיקער סיסטעם, צו רעכענען שׂכלדיקע פּרײַזן. און אַזױ גײט עס װײַטער אָן, אין אַ פֿאַרכּישופֿטער ראָד, און קײנער האָט ביז אַהער נישט באַװיזן דאָס אָפּצושטעלן (כאָטש, לעצטנס, לאָזט זיך אױס, איז דער אױפֿשטײַג פֿון געזונט־הוצאות נישט אַזױ הענדום־פּענדום װי פֿריִער, אפֿשר צוליב „אָבאַמאַ־קער‟).

ג. געזעלשאַפֿטלעכער אומיושר

נישט אײן מאָל האָט מען געזאָגט אַז אָן יושר קען נישט זײַן קײן געזונט פֿאָלק. בשעת אַ סך אָרעמע לײַט האָבן נישט קײן צוטריט צו געזונטן עסן (ווי, למשל, אין מײַן שטאָט, באַלטימאָר, און אַפֿילו אין דער קולינאַרישער קרױנשטאָט — ניו־יאָרק) אָדער אַנדערע נייטיקע זאַכן ווי רײן װאַסער (בפֿרט אין פֿלינט, מישיגען) אָדער פּרנסה, איז כּמעט װי אוממעגלעך צו לעבן אָן קראַנקײטן. אין אַ געזעלשאַפֿט װוּ גװאַלד־מעשׂים קעגן אַפֿראָאַמעריקאַנער איז אַ באַקאַנטע זאַך, איז דאָס אַלץ נאָך מער אָנגעװײטיקט.

װי אַזױ קען מען אַלץ איבערבײַטן צום גוטן?

אין פֿאַרשײדענע װינקלען פֿון לאַנד פּרוּװט מען, אַ מאָל מיט הצלחה, פֿאַרריכטן געוויסע טיילן פֿון אונדזער צעבראָכענער געזונט־סיסטעם. דורך „אָבאַמאַ־קער‟ האָבן מער אַמעריקאַנער הײַנט געזונט־פֿאַרזיכערונג. מער מעדיצין־סטודענטן לערנען זיך װי צו קאָמוניקירן מיט פּאַציענטן מיט מיטגעפֿיל. אפֿשר וועט מען נאָך אַפֿילו באַווײַזן אײַנצוצאַמען די אַכזריותדיקע כװאַליעס פֿון גװאַלדטאַטן צוליב דער פֿאַרשפּרייטקייט פֿון ביקסן און פּיסטױלן.

דאָס אַלץ איז אָבער נישט קײן סיסטעמאַטישער שינוי. אַלץ מער הערט מען די טענה, אַז די געזונט־סיסטעם דאַרף מען אין גאַנצן איבערמאַכן. נו, װי אַזױ קומט די קאַץ איבערן װאַסער?

איך זע צום װײניקסטנס דרײַ פֿאַרשײדענע מעגלעכקייטן:

  1. רעפֿאָרם איז אפֿשר דער סאַמע קאָנסערװאַטיװסטער מיטל. לױט דעם איז גענוג צו פּרוּװן ווײַטער ניצן די איצטיקע פּאָליטישע אַנשטאַלטן, די געזעצן װאָס זײַנען שױן פֿאַראַן, כּדי צו פּרוּװן העלפֿן מער מענטשן מיט זייערע געזונט־באַדערפֿענישן: „זאָל מען פֿאַרברײטערן ׳מעדיקער׳ אָדער ׳מעדיקײד׳, טענהן די שטיצער פֿון דער וויזיע. „מע דאַרף בױען ברײטע קאָאַליציעס פֿון גרופּעס וואָס האָבן בשותּפֿותדיקע אינטערעסן.‟

  2. אַ „רעװאָלוציע‟ איז עפּעס אַנדערש - מע פּרוּװט דורכפֿירן עפּעס גאָר נײַס װאָס מע האָט נישט געפּרוּװט פֿריִער (לכל־הפּחות אין אַמעריקע). אין דעם גערעם פֿון געזונט איז דאָס מן־הסתּם דער באַגריף „סינגל־פּײער,“ דאָס הײסט, אַ געזונט־סיסטעם װאָס װערט באַצאָלט פֿון אַן אײן־און־אײנציקן מקור, געװײנטלעך דער רעגירונג. כאָטש בײַם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער קלינגט דאָס גאַנץ ראַדיקאַל, איז דאָס שױן אַלטע נײַעס אין אַנדערע מלוכות.

  3. אױב די דאָזיקע מיטלען קומען נישט צו קיין רעזולטאַטן, איז אפֿשר אַ מאָל כּדאַי צו דערמאָנען דאָס װאָרט „אױפֿשטאַנד‟, אָדער אַ ביסל אײדעלער געזאָגט: מרידה קעגן דעם קאָנטראָל פֿון די פֿאַרמאַצעווטישע כּוחות, די פֿאַר־פּראָפֿיטן־געשעפֿטן, און די אינסטאַנצן װאָס טײלן נישט אַלעמען גלײַך די נייטיקע לעבן־באַדערפֿענישן. װי אַזױ דאָס װאָלט אױסגעזען איז אַ דיסקוסיע אױף אַן אַנדער צײַט. פֿון דעסטוועגן איז כּדאַי צו באַטאָנען אַז נישט אַלע מאָל דאַרף מען זיך האַלטן אין די גרענעצן פֿונעם סטאַטוס־קװאָ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.