פּראָגראַם לזכר דעם רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס

Program in Memory of Theater Director Solomon Mikhoels


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published January 09, 2018.

דעם 13טן יאַנואַר פֿאַלט אויס 70 יאָר זינט דעם טראַגישן טויט פֿון שלמה מיכאָעלס, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין מינסק דורך דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי אין אַן אַטענטאַט, וואָס מע האָט געמאַכט אויסזען ווי אַ צופֿעליקן אויטאָ־אַקצידענט.

די פּראָגראַם, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 18טן יאַנואַר, אינעם טאָג פֿון מיכאָעלס יאָרצײַט. אויפֿן אָוונט געווידמעט דעם גרויסן סאָוועטש־ייִדישן אַקטיאָר, טעאַטער־רעזשיסאָר און כּלל־טוער, וועט מען פֿאָרשטעלן סצענעס פֿון פּיעסעס וואָס מיכאָעלס’ „גאָסעט‟־טעאַטער האָט פּראָדוצירט און ווײַזן זעלטענע פֿילמען פֿון אים.

געראַ סאַנדלער, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער אַקטיאָר וואָס האָט לעצטנס געשפּילט אין צוויי ייִדישע פּיעסעס בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, וועט פֿאָרשטעלן אַ סצענע פֿון דוד בערגעלסאָנס פּיעסע „פּרינץ ראובֿני‟, וואָס די סאָוועטישע אינסטאַנצן האָבן ניט דערלאָזט, אַז „גאָסעט‟ זאָל אינסצעניזירן. סאַנדלער האָט אַליין אַ פּערזענלעכע באַציִונג צו מיכאָעלס — ער איז געווען אַ סטודענט פֿון מיכאָעלס טאָכטער, די אַקטריסע נאַטאַליע מיכאָעלס.

אַלען לויִס ריקמאַן און שיין בייקער וועלן אויך אויפֿטרעטן מיט סצענעס פֿון מיכאָעלס׳ רעפּערטואַר.

די פּראָגראַם, אויף ענגליש מיט טעאַטראַלישע סצענעס פֿאָרגעשטעלט אויף ייִדיש און רוסיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט בײַם „בית־מדרש‟ פֿונעם „ייִדישן קהילה־צענטער‟ אויף אַמסטערדאַם עוועניו (לעבן דער 76סטער גאַס). דער אַרײַנטריט איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן אָנשרײַבן kongress@earthlink.net.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.