הערט: דניאל קאַהן און שׂרה־מינע גאָרדאָן אויף „ווײַבערטײַטש‟

Listen: Daniel Kahn and Sarah Gordon on Vaybertaytsh

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 10, 2018.

אַ דאַנק דעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ האָבן זיך לעצטנס פֿאַרזאַמלט אינעם „גרויסן עפּל‟ קלעזמער־מוזיקער פֿון אַרום דער גאָרער וועלט. סאָסיע פֿאָקס, וואָס פֿירט אָן מיטן פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, „ווײַבערטײַטש‟, האָט געכאַפּט די געלעגנהייט צו רעדן במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל מיט פֿאַרשידענע מוזיקער וועגן זייער אַרבעט.

לעצטנס האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן אינטערוויו מיט דניאל קאַהן און שׂרה־מינע גאָרדאָן, אין וועלכן די זינגער רעדן וועגן זייערע גאָר באַזונדערע וועגן צו ייִדיש, די פּאָליטישע באַטײַטן פֿון זייער מוזיק און די אופֿנים ווי אַזוי זיי בינדן צונויף די אַמעריקאַנער און ייִדישע קולטורן. במשך פֿון דער רעקאָרדיר־סעסיע האָבן די זינגער פֿאָרגעשטעלט צוויי לידער — „האַרבסטליד‟ פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און „אַרבעטער פֿרויען‟ פֿון דוד איידלשטאַדט. ביידע לידער זינגען זיי סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין אַ נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿון דניאל קאַהן.

ביידע לידער פֿאַרמאָגן אַ שטאַרקן עמאָציאָנעלן באַטײַט פֿאַר די זינגער. „האַרבסטליד‟ איז געווען איינס פֿון די באַליבטסטע לידער פֿון שׂרה־מינה גאָרדאָנס מאַמען, די זינגערין און כּלל־טוערין חנה קופּער ז׳׳ל. נאָך דעם וואָס חנה קופּער איז אין דעצעמבער 2011 פֿריצײַטיק אַוועק אין דער אייביקייט, האָט מען באַשלאָסן צו שאַפֿן לזכר איר אַ נײַעם ענגלישן נוסח פֿונעם ליד. ווי אַלע זײַנע איבערזעצונגען האָט קאַהן אַנשטאָט בוכשטעבלעך איבערזעצן דאָס ליד, זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַזוי עס וואָלט געקלונגען ווען מע וואָלט עס לכתּחילה אָנגעשריבן אויף ענגליש. אין דעם פֿאַל האָט ער געשאַפֿן זײַן ענגליש „האַרבסטליד‟ אינעם סטיל פֿון דער פֿאָלק־זינגערין קייט וואָלף, וואָס איז אויך ווי קופּער פֿריצײַטיק געשטאָרבן פֿון ראַק.

דאָס צווייטע ליד, „אַרבעטער־פֿרויען‟ פֿון דוד איידלשטאַט, האָט מען פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אין אַ נײַעם צוויישפּראַכיקן נוסח איין טאָג נאָך די אַמעריקאַנער וואַלן. זײַענדיק לינק־געשטימטע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, האָבן דניאל און שׂרה־מינע, פֿאַרשטייט זיך, דערוואַרט, אַז הילערי קלינטאָן וועט באַזיגן דאָנאַלד טראָמפּ אין די וואַלן און ווערן די ערשטע פּרעזידענטקע פֿון אַמעריקע. נאָך טראָמפּס אומדערוואַרטן נצחון האָט מען באַשלאָסן סײַ־ווי אַרויסצולאָזן די רעקאָרדירונג און ס׳איז דווקא געוואָרן אַ שלאַגער צווישן יונגע ייִדישיסטן, וואָס האָבן געטרויערט אויף דעם אומדערוואַרטן וואַל־רעזולטאַט. אַזוי ווי „האַרבסטליד‟ איז „אַרבעטער ליד‟ אויך שטאַרק פֿאַרבונדן מיטן רעפּערטואַר פֿון חנה קופּער ז״ל.

איין טשיקאַווע פֿראַגע אינעם אינטערוויו איז דווקא געווען איינע, אויף וועלכער די זינגער האָבן זיך ניט געריכט. ווען סאָסיע פֿאָקס האָט דערמאָנט אַז זי האָט זיך זיך, צום טייל, אויסגעלערנט ייִדיש דורכן צוהערן זיך צו די לידער פֿון שׂרה־מינע גאָרדאָנס קאַפּעליע „ייִדישע פּרינצענסין‟, און געפֿרעגט, צי זיי האַלטן דאָס אין זינען בײַם שאַפֿן מוזיק, איז גאָרדאָן געווען שטאַרק פֿאַרחידושט. ס׳איז איר, ווי אויך דניאל קאַהן קיינמאָל ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז עמעצער וואָלט זיך געלערנט ייִדיש דורכן צוהערן זיך צו זייערע לידער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן ביידע זינגער באַטאָנט, אַז זיי לערנען זיך אַליין אויס אַ סך נײַע ייִדישע ווערטער פֿון לידער. דניאַל קאַהן האָט דערקלערט, אַז „פֿאַר מיר (זענען די לידער) די בעסטע טיר צו אַ נײַער שפּראַך. איך האָב אָנגעהויבן איבערצוזעצן ייִדיש איידער איך האָב געקענט רעדן ייִדיש. איך האָב אָנגעהויבן צו זינגען ייִדיש, איידער איך האָב געקענט רעדן ייִדיש.‟

דעם גאַנצן עפּיזאָד קען מען הערן דאָ. אַלע עפּיזאָדן פֿון „ווײַבערטײַטש‟ קען מען הערן אויף „אײַטונס‟ און „סטיטשער‟