ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 09, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

שילדן מיט נעמען פֿון ייִדן אומגעבראַכט אין סאָביבאָר, געפֿונען אין דער ערד

די ערד האָט זיי באַדעקט בּמשך פֿון זיבעציק יאָר ביז עס זענען געקומען דרײַ אַרכעאָלאָגן, אַ ישׂראלי, אַ פּאָליאַק און אַ האָלענדער און האָבן זיי אויסגעגראָבן.

עס גייט אַ רייד וועגן 5 שילדן מיט נעמען פֿון ייִדן וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם טרויעריק באַרימטן אומברענג־לאַגער סאָבּיבּאָר.

יורם חיימי, דער ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג דערציילט אַז איין שילדל טראָגט דעם נאָמען M. NUNES VAZ חיימי האָט זיך נישט געפֿוילט און געפֿונען אינפֿאָרמאַציע וועגן אָט דער משפּחה אין די האָלענדישע יזכּור־ביכער. איז אַזוי. מאיר נונעס וואַז איז געבוירן געוואָרן אין אַמסטערדאַם דעם 19טן מײַ 1899 און מאַרקוס נונעס וואַז איז געבוירן געװאָרן אין אַמסטערדאַם דעם 29טן אָקטאָבער 1878. ביידע זענען דערמאָרדעט געוואָרן דעם זעלבן טאָג אין סאָבּיבּאָר, דעם 4טן יוני 1943.

דאָס שילדל האָט מסתּמא געהאָנגען אויף דער טיר פון נונעס וואַזעס דירה אין אַמסטערדאַם. זיי האָבן אַ פּנים געגלויבט אַז עס וועט זיי צונוץ קומען אין זייער נײַער היים. ווי באַקאַנט האָבן די דײַטשן צוגעזאָגט אַז זיי האָבן בדעה צו באַזעצן די ייִדן אין די מזרח־געביטן, נישט חלילה הרגענען זיי.

הייסט עס, אַז דער בעסטער מיטל וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרמאָגט אין זייער מלחמה קעגן די ייִדן זענען נישט געווען קיין עראָפּלאַנען אָדער טאַנקען נאָר זייער ליגנערישע פּראָפּאַגאַנדע.

די דײַטשן האָבן ממשיך געווען מיט זייער צבֿיעותדיקער פּראָפּאַגאַנדע ביזן סוף. נאָך דעם וואָס זיי האָבן פֿאַרגאַזט אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן אין סאָבּיבּאָר האָבן זיי צעשטערט דעם לאַגער און פֿאַרפֿלאַנצט ביימער אויף זײַן אָרט, עס זאָל אױסזען װי דער לאַגער איז קיין מאָל אויף דער וועלט נישט געווען.

דער ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג האָט בדעה צו זוכן די משפּחה פֿון די קדושים כּדי זי זאָלן קומען זאָגן קדיש אויף זייערע קרובֿים — אפֿשר אַפֿילו אויפֿן שטח פֿונעם אַמאָליקן לאַגער.


„פּולין־מוזיי” װידמעט אָװנט דער פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ

דער ייִדישער מוזיי „פּולין” האָט געווידמעט אַן אָוונט דער פּוילישער פֿאָטאָגראַפֿין אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ און איר אַלבאָם־בילדער. טראַטשעווסקאַ האָט פֿאָטאָגראַפֿירט חסידים וואָס קומען די טעג עולה רגל צו זײַן אויף די קבֿרים פֿון צדיקים אין פּוילן.

סע גייט אַ רייד וועגן באָבאָווער, לעלוּווער, גערער און אַנדערע חסידים וואָס קומען אַהער פֿון דער גאַנצער וועלט.

אין די פֿאָטאָגראַפיעס פֿון טראַטשעווסקאַ איז בולט דער קאָנטראַסט צווישן שטיין און מענטש, צווישן די טויטע מצבֿות און די לעבעדיקע חסידים.

פֿאַר די פּאָליאַקן זענען די דאָזיקע בילדער אַן אמתע אַנטפּלעקונג. זיי דערמעגעלעכן אַ קוק טאָן אויף פּוילן פֿון אַמאָל. די פֿאָטאָגראַפֿיעס זעען טאַקע אויס ווי רעמבראַנדטס מאָלערײַען, מיט ראַפֿינירטן שפּיל פון ליכט און שאָטן, שוואַרצע קאַפֿטאַנען און בלאַסע פּנימער, ווײַסע זאָקן און פֿוטערנע ספּאָדעקס — אַ וועלט וואָס איז כּמעט שטיין געבליבן אין צײַט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.