מײַן מענדל

My Loving Mendl

מענדל און מרים האָפֿמאַן
מענדל און מרים האָפֿמאַן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 12, 2018.

מײַן מענדל האָט אָפּגעשטאַמט פֿון די וויזשניצער חסידים; זײַן טאַטע — אַ מלמד אין שטעטעלע בערעגסאַס אין די קאַרפּאַטן בערג. אין 1944, ווען ער איז געווען אַ פֿערצן־יעריק בחורל, האָבן די נאַציס מיט די אונגאַרישע היטלעריסטן, די „נילאָשעס‟, אויסגערוימט די קאַרפּאַטן מיט די אַרומיקע שטעטלעך פֿון אַלע אירע ייִדן, אַ גאָט די נשמה שולדיקע עדה און זיי פֿאַרשלעפּט קיין אוישוויץ. אין פֿינף מינוט האָט מענדל אָנגעוווירן זײַנע טאַטע־מאַמע, זײַן 12־יעריק ברודערל בנימעלע און דרײַ שוועסטער. דער פֿרעמדער בחור וואָס איז געשטאַנען לעבן אים האָט אים אַ שטורכע געטאָן אין אַרבל:

„קוק אַרויף, ייִנגעלע, און זע די קוימענס. דאָרט אין שוואַרצן רויך טראָגט זיך דאָס געביין פֿון דײַנע ליבסטע און טײַערסטע.‟

מיט יאָרן שפּעטער, ווען מענדל איז געוואָרן מײַן מאַן, האָט ער פֿאַרבאָטן צו צינדן שבת־ליכט, גיין אין שיל און האַלטן כּשרות. צום סוף, ווען מײַן מענדל האָט געהאַלטן בײַ גסיסה, איז ער מיט אַ מאָל צו זיך געקומען און מיר באַפֿוילן שנעל צו געפֿינען אַ בלײַער מיט אַ העפֿטל. איך בין געבליבן פֿאַרשטאַרט.

„צו וואָס דאַרפֿסטו אַ בלײַער מיט אַ העפֿטל?‟ האָב איך אים געפֿרעגט, ציטערדיק. האָט ער מיר געענטפֿערט: „דו שרײַבט דאָך אַ פּיעסע וועגן דער ווילנער געטאָ און דו רופֿסט עס ׳געטאָ־קאַבאַרעט׳. וויל איך דו זאָלסט אין לעצטן אַקט, צושטעלן צום משפּט גאָט אַליין, ער איז שולדיק אין אונדזער אומגליק.‟

מענדל האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און מער נישט אויפֿגעשטאַנען.

מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, ער באַשולדיקט גאָט אין אונדזער אומגליק, און איך בין געקומען צום אויספֿיר אַז נישט נאָר מיר ייִדן נייטיקן זיך אין אַ כּביכול וואָס האָט באַדאַרפֿט אונדז שומר און מציל זײַן. מיר, ווי גוטע שעפֿעלעך, האָבן אים נישט באַשטראָפֿט פֿאַר זײַנע זינד אַנטקעגן זײַן אייגן פֿאָלק, נאָר זיך באַלד אונטערגעגעבן און ווײַטער אַרײַן אין געשפּאַן פֿון אונדזער אמונה, געבליבן אים אונטערטעניק און דינען אים ווי אַמאָל, ווײַל אָן דעם זײַנען מיר אויף הפֿקר, בלינדע סטאַדעס שאָף וואָס שטייען אויס צרות, הפֿקירות, רדיפֿות, הריגה און אומקום. נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר זײַנען געגאַנגען פֿאַר אים אויף קידוש השם, טוליען מיר זיך צו אים ווי עופֿעלעך און וואַרעמען זיך אין זײַן אָפּשײַן.

בײַ אונדז ייִדן, שיסט מען נישט מיט געווער, מיר ייִדן שיסן מיט ווערטער, מיט רייד, מיט חכמה. ווי גייט איציק מאַנגערס ליד וועגן אַבֿרהם אבינו און זײַן ווײַבל שׂרהן:

„אַבֿרהם אָבֿינו שמייכלט און שווײַגט,
און פּיפּקעט פֿון זײַן ליולקע רויך:
בטחון, מײַן ווײַב —
אַז דער אויבערשטער וויל,
שיסט אפֿילו אַ בעזעם אויך!!!

האָב איך זיך דעמאָלט אַוועקגעזעצט מיט מײַן גוטער חבֿרטע און מיט־שרײַבערקע פֿון אַ צאָל פּיעסעס, רינה באָראָו, און פֿאַרענדיקט די פֿאָרשטעלונג „געטאָ קאַבאַרעט‟ אין מענדלס זכות.

מיר האָבן נישט געעפֿנט קיין פּראָצעס קעגן דעם רבונו־של־עולם, אים נישט געמישפּט פֿאַרן בית־דין של מעלה, ווײַל די דין־תּורה קעגן גאָט וואָלט נישט פֿאַרענטפֿערט די אַלע יאָרן פֿון שחיטה און רדיפֿות צוליב זײַן נאָמען, עס וואָלט אַוועק מיטן ווינט ווי אַלעמאָל. האָב איך און רינה אָנגעשריבן אונדזער „געטאָ קאַבאַרעט,‟ און עס פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן ייִדישן עולם אין ניו־יאָרק, סײַ פֿאַר הי געבוירענע, סײַ פֿאַר געראַטעוועטע שארית־הפּליטה, און דאָס מיט אַ קימא־לן יאָרן צוריק.

גלוסט זיך מיר אויפֿפֿרישן יענע זײַטלעך, וווּ מיר שילדערן סײַ דעם יודן־ראַטניק פֿון ווילנער געטאָ, יעקבֿ גענז, סײַ דעם קאָמענדאַנט פֿון דער אונטערערדישער באַוועגונג איציק וויטנבערג, סײַ די צוויי קאָנפֿעראַנציעס לצנים, איינער מיט אַ לאַכעדיק פּנים, דער צווייטער מיט אַ וויינענדיק פּנים, צוויי פּאַיאַצן וואָס פֿירן אָן מיטן ווילנער געטאָ־טעאַטער ווו דער פֿאַרזאַמלטער עולם באַשטייט פֿון דײַטשע נאַציס מיט זײַערע ווײַבער און פֿרוילײַנס.

די בינע איז ליידיק, בלויז יאַש און כאַש מאַכן חוזק פֿון זייער עקסיסטענץ אין געטאָ. יאַש איז דער פּעסימיסט, כאַש איז אַן אָפּטימיסט. זיי קורטשען זיך און און מאַכן חוזק.

יאַש: אַז מ׳לעבט אַ הינטיש לעבן, שטאַרבט מען אַ הינטישן טויט.

כאַש: גליקלעך איז דער הונט וואָס זײַן בעל־הבית איז אַ מענטש. (מ׳הערט די טענער פֿון כּל־נדרי)

יאַש: וואָזשע, כאַש, מ’פֿאָרט צי מ׳פֿירט?

כאַש: זאָג מיר, יאַש, ווען איז אַ טיילווײַזע ליקווידאַציע און ווען — אַ טאָטאַלע?

יאַש: ווען מ׳פֿירט אַרויס פֿון געטאָ צען טויזנט ייִדן און איך אַליין בלײַב, דאָס הייסט בײַ מיר אַ טיילווײַזע ליקווידאַציע… ווען מ׳פֿירט אָבער אַרויס בלויז מיך און עס בלײַבן נאָך אין געטאָ צען טויזט ייִדן, דאָס הייסט בײַ מיר אַ טאָטאַלע, פֿולקאָמע, אַבסאָלוט גלאָבאַלע ליקווידאַציע.

(איינער וויינט, דער צווייטער לאַכט מיט יאַשטשערקעס)

יאַש: דו מיינסט, חבֿר זיסער, אַז מיר וועלן איבערלעבן?

כאַש: אויב נישט וועלן מיר שטאַרבן שפּילנדיק.

יאַש: איך וויל שטאַרבן לאַכנדיק —

כאַש: און איך אינגאַנצן נישט.

יאַש: און איך קיין מאָל נישט.

כאַש: אוי, כ׳שטאַרב אַוועק פֿאַר געלעכטער.

יאַש: אוי, כ’שטאַרב אַוועק פֿון געוויין.

און מיר ענדיקן מיטן טעקסט און מוזיק פֿון כּתריאל ברוידאַס פֿון ווילנער געטאָ, וואָס הייסט: „משה האַלט זיך!‟

„מײַן ברודער משה לעבט אין שרעק…

ליד געזונגען פֿון חנה (איידריען) קופּער ע״ה:

משה האַלט זיך, משה האַלט זיך —
זע, נישט צעפֿאַל זיך, האַלט זיך משה פֿעסטער,
משה האַלט אויס, גליטש זיך נישט אויס —
און געדענק — מען דאַרף אַרויס!
ווײַל עפּעס הערט מען, עפּעס פֿילט מען —
עס קומט די צײַט, עס שלאָגט שוין באַלד
די שעה, די גרויסע,
משה האַלט אויס,
און געדענק! מען וועט אַרויס!

מיר האָבן פֿאַרענדיקט אויף אַן אָפּטימיסטישן טאָן. דער עיקר, מײַן מענדל איז אַרויס אַ לעבעדיקער, געוואָרן מײַן מאַן, מיר האָבן געהאַט צוויי זינדלעך, דער עלסטער — אַבֿרהם (אַבֿי) איז טאַקע געוואָרן אַ ייִדישער אַקטיאָר צו להכעיס אונדזערע שׂונאים; דער צווייטער — בנימין, איז אַרײַן אין זײַן טאַטנס פּראָפֿעסיע — קאָמפּיוטערס. און איך, איך דערמאָן צום גוטן מײַן מענדלס נאָמען.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אויסגעפֿאַלן דער טאָג פֿון מענדלס פּטירה. זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן און דאָרט אין הימל זיך אָפּרעכענען מיטן רבונו־של־עולם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.