פּרעה — דער פֿאַנאַטיקער

Pharaoh, the Fanatic

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 18, 2018.

דער אייבערשטער האָט ווידער געהייסן משה רבינו וואָרענען דעם פֿאַרעקשנטן מיצרישן קיניג, אַז טאָמער ער לאָזט נישט די ייִדן דינען דעם באַשעפֿער, וועט מצרים ווײַטער לײַדן פֿון משונהדיקע צרות. פּרעה האָט זיך ווידער געעקשנט, און עס זענען געקומען די היישעריקן און דער שרעקלעכער חושך; ווען די מיצרישע בכורים זענען געשטאָרבן, האָט דער מיצרישער מלך, סוף־כּל־סוף, אַרויסגעטריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד.

בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה זאָגט דער אייבערשטער צו משה רבינו: „בא אל פּרעה‟, גיי צום מיצרישן קיניג און פֿאָדער צו באַפֿרײַען דײַן פֿאָלק.

דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי השילוח”, אַז פֿון די היישעריקן האָבן די מיצרים אָפּגעלערנט זייער אַ וויכטיקן מוסר־השׂכּל. די וועלט־באַרימטע אוראַלטע עגיפּטישע פּיראַמידן ווײַזן, אַז אין מצרים האָט מען געגלייבט אינעם שטרענגן סדר און היעראַרכיעס. אויפֿן סאַמע שפּיץ פֿונעם מאַכט־פּיראַמיד, סימבאָליש גערעדט, איז געזעסן דער קיניג מיט זײַן אַריסטאָקראַטיע. די געאָמעטרישע פֿאָרעם פֿון אַ פּיראַמיד זעט אויס טאַקע מאַיעסטעטיש, אָבער למעשׂה רעפּרעזענטירט זי אומיושר און שקלאַפֿערײַ. די אוראַלטע קיניגן האָבן באמת געגלייבט, אַז זייער היעראַרכיע וועט קאָנען אייביק בלײַבן אויפֿן אָרט, אַז זייער מאַכט־ווערטיקאַל וועט זיך תּמיד האַלטן. עס זענען אָבער פּלוצעם געקומען די היישעריקן: קליינע באַשעפֿענישן, וואָס פֿליִען אַרום אָן וועלכע־ניט־איז היעראַרכיעס און אָרגאַניזאַציע־חכמות. די אינסעקטן האָבן מיטאַמאָל צעשטערט, אַזוי צו זאָגן, דעם מלוכה־פּיראַמיד פֿונעם גאַנצן לאַנד. ווי דער איזשביצער רבי דערקלערט, האָבן די מיצרים צום סוף פֿאַרשטאַנען, אַז זייערע היעראַרכיעס טויגן אויף כּפּרות. פּרעה אַליין האָט אָבער נאָך אַלץ אַרויסגעוויזן גרויס עקשנות.

די יציאת־מצרים דינט ווי אַ קוואַל פֿון כּלערליי פּראָגרעסיווע פּאָליטישע און סאָציאַלע געדאַנקען. עטלעכע רבנים האָבן מיט הונדערט יאָר צוריק אַפֿילו פֿאַרגליכן די היישעריקן מיט דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, ווי אַ פּאָזיטיוו געשעעניש.

בתיה, פּרעהס טאָכטער, האָט געשטאַמט פֿון דער מיצרישער קיניגלעכער משפּחה. פֿון דעסט וועגן, האָט זי געראַטעוועט משה און דעריבער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם גאולה־פּראָצעס. דער מדרש זאָגט, אַז צוליב דעם האָט זי פֿאַרדינט, אַזוי ווי אליהו הנבֿיא, אייביק צו לעבן. אַפֿילו משה רבינו האָט נישט געהאַט אַזאַ זכיה, הגם עס זענען פֿאַראַן זעלטענע מדרשים, לויט וועלכע ער איז אויך אין דער אמתן נישט געשטאָרבן.

ס׳איז אמת, אַז אונדזער פּרשה קאָן מען אָפּטײַטשן אויף אַ דעמאָקראַטישן, סאָציאַליסטישן, קאָמוניסטישן, אַנאַרכיסטישן און אַפֿילו פֿעמיניסטישן שטייגער. עס זאָל אַזוי זײַן, אָבער ס׳איז כּדאַי צו באַטראַכטן אַן אַנדער וויכטיקן מאָמענט פֿון דער סדרה: די באַגעגעניש פֿון משה רבינו, דער גרעסטער צדיק פֿון יענער תּקופֿה, מיטן גרעסטן רשע, דער פֿאַרעקשנטער און פֿאַרדאָרבענער מיצרישן קיניג.

מיט אַ בפֿירושן רשע איז, געוויינטלעך, נישטאָ וואָס צו באַהאַנדלען. פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו בכלל צו טרעפֿן זיך מיט אַזאַ פּאַרשוין? דער רבונו־של־עולם אַליין האָט דאָך געוואָרנט, אַז דער בייזער קיניג וועט זיך נישט צוהערן.

פּרעה האָט געהאַט איין מידה, וואָס משה רבינו האָט געדאַרפֿט פֿון אים זיך אָפּלערנען: עקשנות. רבי מענדל וויטעבקער דערקלערט, אַז אין זײַן יוגנט איז משה געווען זייער אַ שווערער מענטש. ביסלעכווײַז, האָט ער מבֿטל געווען אַלע זײַנע שלעכטע מידות אָדער זיך אויסגעלערנט זיי אויסצונוצן לשם־שמים. אַזאַ געפֿערלעכן עקשן, ווי פּרעה, האָט ער אָבער פֿריִער נישט געזען.

דער מיצרישער מלך איז זיכער געווען אַ פֿאַרדאָרבענער פּאַרשוין. אַפֿילו ווען ער האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער באַשטראָפֿט זײַן לאַנד מיט די משונהדיקסטע מכּות, האָט ער נישט געוואָלט זיך אונטערגעבן. פֿרעש, היישעריקן, בלוט – גאָרנישט האָט אים איבערגעצײַגט צו באַפֿרײַען די ייִדן. אָט־די מידה, זײַן אויסערגעוויינטלעך עקשנות, האָט משה רבינו דווקא געדאַרפֿט פֿאַרשטיין.

דאָס וואָרט „בא”, דער נאָמען פֿון אונדזער פּרשה, וואָס מיינט „קום”, באַשטייט פֿון די ערשטע צוויי אותיות אינעם ייִדישן אַלף־בית. דער אות „בית”, בגימטריא — צוויי, רעפּרעזענטירט די טאָפּלטע נאַטור פֿונעם מענטשלעכן וועזן. אויב אַפֿילו מיר זעען, אַז דער אייבערשטער פֿירט די וועלט, ווילן מיר בלײַבן אומאָפּהענגיק. מיט גרויס עקשנות, איגנאָרירן מיר צומאָל די סימנים פֿון געטלעכער השגחה. דער אות „בית”, מיינענדיק בוכשטעבלעך אַ „הויז”, איז אויך מרמז אויפֿן בית־המיקדש, וואָס פֿירט אונדז צום ערשטן אות, אַלף, בגימטריא — איינס, וואָס רעפּרעזענטירט דעם ייִחוד־השם, די איינציקייט פֿונעם באַשעפֿער.

אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, האָט משה רבינו געקאָנט זיך אָפּלערנען פֿון פּרעה, ווי אַזוי צו ווערן אַ בעסערער מנהיג. פּרעה איז געווען אַ פֿאַרביסענער פֿאַנאַטיקער. אַנשטאָט דעם רבונו־של־עולם, האָט ער געגלייבט אין זײַן אייגענעם „אַלף” — זיך אַליין. אין געוויסע מאָמענטן האָט ער יאָ געגלייבט אין דער געטלעכער השגחה־פּרטית, אָבער נישט געקאָנט מסכּים זײַן מיט וועלכן־ניט־איז געדאַנק, אויב עס קומט אין סתּירה מיט זײַן לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע. לויט זײַן שיטה, מוז דער באַשעפֿער נאָכפֿאָלגן אים, נישט פֿאַרקערט. אַן אַמתער פֿאַנאַטיקער גלייבט טאַקע, אַז גאָט אַליין שטיצט זײַנע מחשבֿות. צום בײַשפּיל, ווען אַ טעראָריסט רײַסט זיך אויף, חלילה, צווישן אומשולדיקע מענטשן, מיינט ער, לויט זײַן ווילד־פֿאַרקרומטער לאָגיק, אַז אַזוי דינט ער דעם אייבערשטן און טוט אַפֿילו אַ טובֿה דער גאַנצער וועלט. אַ צבֿועיאַק אָדער אַ שווינדלער איז, אַוודאי, אויך שלעכט, אָבער נישט אַזוי סכּנותדיק, ווי אַן איבערגעצײַגטער פֿאַנאַטיקער.

פֿון דער צווייטער זײַט, האַלט זיך די גאַנצע וועלט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אויף פֿאַרביסענע פֿאַנאַטיקער. אַ טייל פֿון זיי, למשל, דערפֿינדן צוליב זייער פֿאַרביסענעם אינטערעס אין וויסנשאַפֿט פֿאַרשיידענע גאָר נוצלעכע חידושים, וואָס מעגן אויסזען בײַם אָנהייב ווי אומזיניקע נישטיקייטן. אַנשלאָסענע מענטשן האָבן אויך אַנטדעקט די ווײַטע לענדער, אַרײַנגערעכנט די צוויי אַמעריקאַנער קאָנטינענטן. זיי האָבן, אין דער זעלבער צײַט, אויך אָפּגעטאָן אַ סך שלעכטס. די פּוריטאַנער קריסטן אין צפֿון־אַמעריקע און די קאַטוילישע מיסיאָנערן אינעם דרום־אַמעריקאַנער קאָנטינענט האָבן אומברחמנותדיק אומגעבראַכט מיליאָנען מענטשן, גאַנצע פֿעלקער, כּלומרשט טראַכטנדיק לשם־שמים.

דער גרויסער עסטרײַכיש־געבוירענער ייִדישער היסטאָריקער ראַול הילבערג דערקלערט אין זײַנע ווערק, אַז היטלער ימח־שמו איז געווען בעצם אַ צינישער מענטש — אַ משוגענער, אָבער לאַוו־דווקא אַ פֿאַנאַטישער. כּדי אויפֿצוהייבן די דײַטשישע עקאָנאָמיע און אויפֿצולעבן דעם גײַסט פֿון דער דײַטשישער נאַציע, דערשלאָגן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט ער, צוזאַמען מיט זײַנע שותּפֿים, אויסגענוצט די ייִדן ווי אַ באַקאַנטן שׂעיר־לעזאָזל. די נאַציס האָבן געפּרוּווט אויף אַ פֿאַנאַטישן אופֿן איבערצוכאַפּן די וועלט און געליטן צום סוף אַ מפּלה, אָבער זייער סיסטעם איז צוערשט אויפֿגעקומען ווי אַ טיפּישער נאַציאָנאַליסטישער פּראָיעקט — ווילד, זיכער שלעכט, אָבער נישט פֿאַנאַטיש.

להיפּוך, איז פּרעה געווען דווקא אַ פֿאַנאַטיקער. אַפֿילו אַ טעראָריסט וואָלט, מסתּמא, געביטן זײַנע דעות, ווען ער וואָלט געזען אַרום זיך אַזעלכע אויסטערליש איבערנאַטירלעכע געשעענישן, ווי די צען מכּות. הגם משה רבינו, ווי געזאָגט, איז לכתּחילה געווען אַ שווערער מענטש, האָט ער דווקא געמוזט זיך טרעפֿן מיטן ערגסטן פֿאַנאַטיקער פֿון זײַן צײַט, כּדי זיך אָפּצולערנען פֿון אים זײַן עקשנות און אַנטשלאָסנקייט, כּדי זיך צו באַנוצן דערמיט לשם־שמים. דאָס עקשנות האָט געהאָלפֿן משה איבערצוצײַגן זײַן פֿאָלק זיך אַרײַנצוּוואַרפֿן אינעם ים אַרײַן און צו וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם פּוסטן מידבר — אַ שווערע און אַ מסוכּנע, אָבער פֿאָרט זייער אַ נוצלעכע מידה, אַבי גענוצט לשם־השם.