אַ טאָג פֿון געניאַלע רעפֿעראַטן וועגן האַרבע ענינים

A Day of Brilliant Lectures On Complex Subjects

פֿון רעכטס: דער מאָדעראַטאָר, אַבֿרהם סוחר; דבֿורה ליפּשטאַדט און פּיטער בערקאָוויץ
Don Pollard
פֿון רעכטס: דער מאָדעראַטאָר, אַבֿרהם סוחר; דבֿורה ליפּשטאַדט און פּיטער בערקאָוויץ

פֿון ברכה פֿינקעלשטיין

Published January 24, 2018.

לױטן מדרש, זיצן אַלע צדיקים אין גן־עדן און לערנען תּורה. דער „ייִדישער ביכער־זשורנאַל“ (Jewish Review of Books), האָט לעצטנס צוגעשטעלט אַזאַ שטיקעלע גן־עדן פֿאַר אונדז בני־אָדם, ווען ער האָט פֿאַרזאַמלט זיבן ייִדישע דענקער אױף זײַן דריטער יערלעכער קאָפֿערענץ בײַם ייִדישן ירושה־מוזײ (Museum of Jewish Heritage) אין דרום־מאַנהעטן.

רות ווײַס
Don Pollard
רות ווײַס

דער פֿאַרלײג־רעדאַקטאָר אַבֿרהם סוחר האָט צוגעזאָגט אַ טאָג פֿון „מחלוקת לשם שמים“, און די רעדנערס האָבן אונדז נישט אַנטױשט. אָט איז אַן איבערבליק פֿון די הויכפּונקטן אױף דער אונטערנעמונג פֿונעם 14טן יאַנואַר (און אַ שטיקל פֿאָרשפּײַז אױף דער איבעראַיאָריקער קאָנפֿערענץ, טאָמער האָט איר די הײַיאָריקע פֿאַרפֿעלט).

רות װײַס, די פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש־שטודיעס אין האַרוואַרד, האָט פֿאָרגעלײענט פֿון „מענדעלע מוכר ספֿרים, אָדער װי צו קריטיקירן אַ לאַנדסמאַן“, אַן אַרבעט װאָס מ׳װעט אַרױסגעבן אין אַ קומעדיקן נומער פֿונעם זשורנאַל. זי האָט פֿאַרגליכן מענדעלען, דעם ערשטן ייִדישן שרײַבער, צו דניאל דעפֿאָ, ענגלאַנדס ערשטן שרײַבער, דורך דרײַ פֿון מענדעלעס ראָמאַנען — „דאָס קלײנע מענטשעלע“, „די קליאַטשע“, און „פֿישקע דער קרומער“. ענלעך אױף דעפֿאָ, האָט מענדעלע סאַטיריזירט די טשיקאַװעסן פֿון זײַן פֿאָלק, דורכגעפֿלאָכטן מיט רמזים פֿון די דעמאָלטדיקע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע כּוחות.

„ער האָט אױסגעזאָגט דאָס ערגסטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם תּחום־המושבֿ, אַפֿילו באַצייכענענדיק די ייִדן ווי אַ פֿאָלק פֿון שנאָרערס“, האָט װײַס געזאָגט. אַפֿילו בכּבֿודיקע לײענערס, װי דער ייִדישער פּאָעט און מעמואַריסט יעקבֿ גלאַטשטײן, האָבן שטאַרק קריטיקירט מענדעלעס האַרבע באַשרײַבונגען פֿונעם פֿאָלק. „מענדעלע האָט אַרױסגערופֿן די קאָגניטיװע דיסאָנאַנץ בײַ ליבעראַלע ייִדן װאָס קענען נישט אָננעמען די פֿינצטערע זײַט פֿון דער מענטשלעכער נאַטור.“ צום באַדױערן, האָט װײַס געטענהט, האָבן נישט אַלע געקענט אָפּשאַצן מענדעלעס פּסיכאָסאָציאַלע קריטיק, בפֿרט נאָכן חורבן.

דעבראַ (דבֿורה) ליפּשטאַדט, „דאָראָט‟־פּראָפֿעסאָרין פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און חורבן־שטודיעס בײַם עמאָרי־אוניװערסיטעט, און פּיטער בערקאָװיץ, פֿאָרשער פֿון פּאָליטישער וויסנשאַפֿט בײַ דער הוּװער־אינסטיטוציע, סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט:

אַבֿרהם סוחר האָט אָנגעפֿירט מיט אַ שמועס צװישן ליפּשטאַדט און בערקאָװיץ װעגן ייִדן און דעם מצבֿ פֿון די כּלל־לימודים אין די אוניװערסיטעטן. בערקאָװיץ האָט געטענהט אַז די ליבעראַלע דערציִונג איז אין „אַ שלעכטן מצבֿ“, ספּעציעל װאָס שײך דער וואָרטפֿרײַהײט, דעם געהעריקן יורידישן פּראָצעס, און דעם קוריקולום. „אָנשטאָט צו דערלויבן סײַ ליבעראַלע סײַ קאָנסערװאַטיװע געדאַנקען, איז דער אוניװערסיטעט געוואָרן אַנטאַגאָניסטיש צו מײנונגען וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן דעם הויפּטשטראָם“, האָט בערקאָװיץ באַמערקט. „ייִדן האָבן אַן עיקר־אינטערעס אין באַנײַען די ליבעראַלע דערציִונג ווי די פּלאַטפֿאָרמע פֿאַרן גאַנצן סכום װיסן“ װאָס מענטשן פֿון אַלע פּאָליטישע שאַטירונגען קענען אָפּשאַצן.

ליפּשטאַדט האָט זיך אַקעגנגעשטעלט בערקאָװיצס „נאָסטאַלגיע נאָך אַ פֿריִערדיקער צײַט פֿון אָפֿענע געדאַנקען אין די אוניװערסיטעטן“, אָנװײַזנדיק אַז פֿאַר 1960, זענען די אוניװערסיטעטן נישט געװען פֿרײַנדלעך צו פֿרױען. זי האָט אױך פֿונאַנדערגעשײדט צװישן די אַנטיסעמיטישע גרינדער פֿון דער „בױקאָט, דיװעסטירונג, און סאַנקציעס“ באַװעגונג (BDS) און די ערנסטע אָבער „אָפּגענאַרטע“ סטודענטן װאָס רופֿן אָפּצושאַפֿן די אונטערדריקונג פֿון די פּאַלעסטינער. „מאַכט נישט קײן טעות, BDS איז דער מאַקאַרטייִזם פֿון די לינקע“, האָט זי דערקלערט. „אָבער פּשוט איבערצוחזרן דעם מאַנטראַ אַז דער קאַמפּוס איז אַ קאָכקעסל פֿון אַנטיסעמיטיזם העלפֿט נישט“ די סטודענטן, ייִדישע צי נישט־ייִדישע, בעסער פֿאַרשטײן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

דניאל גאָרדיס, קאָרעט חשובֿער חבֿר, שלם־קאָלעדזש (ירושלים)

רעדנדיק בעת דעם קאָנפֿערענץ־מיטאָג פֿון געבראָטענעם הינדל, האָט גאָרדיס באַטראַכט דעם „תּהום“ צװישן אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע ייִדן. „ס׳איז טאַקע אַן אָנגעשטרענגטע באַציִונג“, האָט ער געזאָגט, „און אַזױ איז אַלעמאָל געװען“. ער האָט באַשריבן אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע ייִדן װי „צװײ ראַדיקאַל־אַנדערע אופֿנים פֿון וועטן זיך וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק“. די אַמעריקאַנישע ייִדן באַטראַכטן זיך װי מיטגלידער פֿון אַ רעליגיע, אַקעגן ישׂראלדיקע װאָס זעען זיך — אַזוי װי די בני־ישׂראל אין דער תּורה — װי אַ פֿאָלק.

„עראָפּעיִשע ייִדן האָבן אָנגעהױבן זײער אימיגראַציע קײן פּאַלעסטינע און אַמעריקע אין די 1880ע יאָרן, און זינט דעמאָלט האָט זיך אין גאַנצן געביטן אונדזער פֿונדאַמענטאַלער פֿאַרשטאַנד פֿון װאָס עס הײסט צו זײַן אַ ייִד“, האָט גאָרדיס באַטאָנט. „ס׳איז קײן מאָל נישט געװען באַשערט אַז מיר זאָלן זײַן די זעלבע, און די פֿראַגע דאַרף זײַן, װאָס קענען די צוויי ייִדישע געזעלשאַפֿטן טאָן צו העלפֿן איינע דער אַנדערער.‟

דניאל גאָרדיס, דער גאַסטרעדנער בשעתן מיטאָג
Don Pollard
דניאל גאָרדיס, דער גאַסטרעדנער בשעתן מיטאָג

דזשעפֿרי ראָזען, יוריספּרודענץ־פּראָפֿעסאָר בײַ דער יורישול פֿונעם דזשאָרדזש װאַשינגטאָן אוניװערסיטעט, און פּרעזידענט/הױפּט־עקזעקוטיװ פֿונעם „נאַציאָנאַלן קאָנסטיטוציע־צענטער‟:

ראָזען, דער מחבר פֿונעם בוך, „לויִס ד. בראַנדײַס: אַמעריקאַנער נבֿיא“, האָט באַצייכנט בראַנדײַס, דעם ערשטן ייִד אױפֿן אַמעריקאַנער הױפּטגעריכט, װי אַן אומגעריכטער און דאָך װיכטיקער שטיצער פֿון ציוניזם, ספּעציעל בשעת דער אַדמיניסטראַציע פֿון פּרעזידענט וווּדראָ ווילסאָן. כאָטש ער איז געװען אַן אַסימילירטער ייִד, האָט בראַנדײַס — װאָס איז געװען אַ פּלאָג פֿאַר די מאָנאָפּאָליסטישע פֿירמעס און אַ קעמפֿער לטובֿת די ערשטע און פֿערטע אַמענדמענטס — געזען ציוניזם װי אַ פּאַראַדאָקסאַל באַװאָרעניש פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן.

„בראַנדײַס האָט געגלײבט אַז ציוניזם װעט אױפֿהיטן די טראַדיציאָנעלע קולטור פֿון אײראָפּעיִשע ייִדן, און בשעת־מעשׂה באַװאָרענט די ראָלע פֿונעם ׳גוטן בירגער׳ פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדן“, האָט ראָזען געזאָגט. אַזױ װי ער האָט געשטיצט די באַלפֿור־דעקלעראַציע, האָט בראַנדײַס אױך איבערגעצײַגט פּרעזידענט װילסאָן ער זאָל שטיצן אַ נאַציאָנאַל הײמלאַנד פֿאַר די ייִדן אין פּאַלעסטינע.

עמוס ידלין, געװעזענער געהילף־קאָמאַנדיר פֿונעם ישׂראלדיקן לופֿטפֿלאָט און עקזעקוטיװ־דירעקטאָר פֿונעם „אינסטיטוט פֿאַר נאַציאָנאַלע זיכערקײט־שטודיעס‟ בײַם תּל־אַבֿיבֿער אוניװערסיטעט; און עליאָט אײבראַמס, פֿירנדיקער וויסנשאַפֿטלער פֿון מיטל־מזרחדיקע שטודיעס בײַם „ראָט פֿאַר אױסלענדישע באַציִונגען‟.

עליאָט אייבראַמס (רעכטס) און גענעראַל עמוס ידלין
Don Pollard
עליאָט אייבראַמס (רעכטס) און גענעראַל עמוס ידלין

אין אַ פֿרעג־און־ענטפֿער סעסיע, האָבן ידלין און אײבראַמס געבעטן אײנער דעם צװײטן צו קאָמענטירן װעגן די גרעסטע שוועריקייטן וואָס שייך דער זיכערקייט פֿון מדינת־ישׂראל. ידלין האָט באַצייכנט איראַן װי ישׂראלס „גרעסטע זיכערקײט־סכּנה“, און האָט באַמערקט אַז פּרעזידענט אָבאַמאַס איראַן־אָפּמאַך צו דערמעגלעכן דורכזעעװדיקײט בײַ איראַנס נוקלעאַרע אַקטיוויטעטן האָט אויסגעזען ווי דער ריכטיקער באַשלוס אויפֿן מאָמענט אָבער אַז דער סקעפּטיציזם פֿון ישׂראל־פּרעמיער ביבי נתּניהו איז פֿאָרט געווען דער ריכטיקער צוגאַנג, אַז מע טראַכט וועגן דער ווײַטער צוקונפֿט. „מע האָט דאָ פּשוט אָפּגעלײגט אויף שפּעטער די הױפּט פּראָבלעם — איראַנס העגעמאָנישע אַמביציעס אינעם ראַיאָן און איר פֿײַנטשאַפֿט צו ישׂראל“, האָט ידלין געזאָגט.

װעגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, האָבן בײדע רעדנערס מסכּים געװען אַז די פּאַלעסטינער האָבן הײַנט בכלל נישט קײן סטראַטעגיע. מיט דרײַסיק יאָר צוריק, האָבן די אַראַבישע לענדער געהײסן די פּאַלעסטינער זיך נישט אונטערגעבן און ווײַטער קעמפֿן קעגן ישׂראל. הײַנט אָבער זעען סאַודיע און עגיפּטן (װי אױך ישׂראל) אײַן, אַז איראַן איז די הױפּט־סכּנה פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון זײערע מלוכות. אינטערעסאַנט איז טאַקע, ווי זײ האָבן געשוויגן נאָך פּרעזידענט טראָמפּס אָנערקענונג פֿון ירושלים װי די קרױנשטאָט פֿון ישׂראל.

אַ פֿראַגע פֿונעם עולם װעגן איראַנס „פּלעפֿנדיקער“ שׂינאה קעגן ישׂראל האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿאַרברענטן ענטפֿער פֿון ידלין: „איראַן האָט אַ רײן אידעאָלאָגישע שׂינאה קעגן ישׂראל. מיר האָבן זיך שוין געלערנט פֿון היטלער אַז װען עמעצער זאָגט אַז ער װיל דיך אָפּמעקן פֿון דער װעלט, מעג מען אים גלײבן. איראַן האָט דעם כּוח צו טאָן פּונקט װאָס היטלער האָט געטאָן.“

די זעקס־מיט־אַ־האַלב־שעהיקע קאָנפֿערענץ האָט צוגעצױגן אַרום 200 באַטײליקטע. יעדער אײנער האָט באַקומען אַן עקזעמפּלאַר פֿון דניאל גאָרדיס׳ בוך „ישׂראל: אַ קורצע געשיכטע פֿון אַ נײַ־געבױרן לאַנד“ אָדער דזשעפֿרי רובינס בוך „לויִס ד. בראַנדײַס: אַמעריקאַנער נבֿיא“, װי אױך דעם װינטער־2018 נומער פֿונעם „ייִדישן ביכער־זשורנאַל‟.

דער „תּקװה־פֿאָנד‟, װאָס האָט געשטיצט די קאָנפֿערענץ, האָט געמאָלדן וועגן דרײַ צוקונפֿטדיקע רעדעס װאָס װעלן זײַן ענלעך אין טאָן און סטיל אױף דער זונטיקדיקער קאָנפֿערענץ:

דינסטיק, דעם 23סטן יאַנואַר, 2018 וועט רות װײַס רעדן װעגן פֿראַנז קאַפֿקאַס „אַ באַריכט צו אַן אַקאַדעמיע“.

מאָנטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, 2018 וועט מיכאל דורן רעדן װעגן ישׂראל און די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן. זײַן פֿאָקוס: „די ניקסאָן־ און פֿאָרד־אַדמיניסטראַציעס און זײער באַציִונג צו מדינת־ישׂראל“.

מאָנטיק, דעם 5טן מאַרץ, 2018 וועט הרבֿ מאיר סאָלאָװײטשיק רעדן אויף דער טעמע, „די הגדה: אַ פּאָליטישע קלאַסיק“.

זיכער וועט די תּקװה־סעריע ווידער אַרײַנברענגען אַ שטיקעלע גן־עדן פֿאַר אונדז דאָ אויף דער ערד.