אַוואַנסירטע אינטערנעץ־קלאַסן און סעמינאַרן אויף ייִדיש דורכן „אַרבעטער־רינג‟

Advanced Online Yiddish Classes Through the Workmen's Circle

ד״ר יצחק ניבאָרסקי (רעכטס) און ד״ר מײַקל וועקס
ד״ר יצחק ניבאָרסקי (רעכטס) און ד״ר מײַקל וועקס

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 25, 2018.

ביז איצט — אַז מע האָט געוואָלט שטודירן די ייִדישע ליטעראַטור אויף ייִדיש און מע האָט ניט געוווינט אין פּאַריז, ניו־יאָרק אָדער ישׂראל, איז די איינציקע ברירה געווען זיך אָנטיילצונעמען אין אַ זומער־פּראָגראַם. אַז מע האָט אָבער ניט געהאַט גענוג צײַט אָדער געלט צו דערלויבן אַזאַ זאַך, איז געווען פֿאַרפֿאַלן.

הײַנט איז דער מצבֿ זייער אַנדערש. שוין עטלעכע יאָר פֿירט דער ניו־יאָרקער „אַרבעטער־רינג‟ אָן, אונטערן אויפֿזיכט פֿון ניקאָלײַ באָראָדולין, מיט אַ ברייטער גאַמע אַוואַנסירטע קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. די פֿאַרשידענע קלאַסן און סעמינאַרן פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, צוזאַמען מיט קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקע וואָס טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים און קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און מיטנדיקע וואָס מע לערנט דורך דער אינטערנעץ, האָבן דערפֿירט צו דעם, אַז מער מענטשן לערנען זיך ייִדיש בײַם „אַרבעטער־רינג‟ ווי בײַ אַלע אַנדערע לערן־אַנשטאַלטן אין אַמעריקע.

דעם פֿרילינג קענען די וואָס פֿאַרשטייען גוט ייִדיש געניסן פֿון אַ ריי קורסן און סעמינאַרן, וואָס ווערן געלערנט דורך דער אינטערנעץ.

צווישן זיי:

ד״ר יצחק ניבאָרסקי וועט אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן די ווערק פֿונעם שרײַבער זלמן שניאור. אין די ראַמען פֿונעם קלאַס וועלן די סטודענטן האַלטן קורצע פּרעזענטאַציעס וועגן שניאורס ראָמאַנען „אַ טויט‟ און „דער ממזר.‟

אַחוץ זײַן קלאַס וועגן זלמן שניאור וועט ד״ר יצחק ניבאָרסקי אויך אָנפֿירן מיט אַן אַוואַנסירטן קלאַס וועגן אַלע פּיטשעווקעס פֿונעם ייִדישן סינטאַקס.

ד״ר אַבֿרהם ליכטענבוים וועט אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן די ווערק פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. די סטודענטן וועלן זיך דערוויסן וועגן די היסטאָרישע עפּאָכעס וועגן וועלכע אָפּאַטאָשו האָט געשריבן.

אַחוץ זײַן סעמינאַר וועגן אָפּאַטאָשו וועט ד״ר ליכטענבוים אויך אָנפֿירן מיט זײַן איבערזיכט פֿון אַ ריי ייִדישע מחברים וועמענס נעמען הייבן זיך אָן מיט פֿאַרשידענע אותיות פֿונעם אַלף־בית. דאָס מאָל וועט מען איבערלייענען ווערק פֿון שרײַבער, וועמענס נעמען הייבן זיך אָן מיט די אותיות כ, ל, מ, נ, ס, ע, פּ, פֿ, צ, און ק — צווישן זיי איזי כאַריק, נחמן מײַזל, נח לוריא און העלען לאָנדינסקי.

ד״ר גענאַדי עסטרײַך וועט לערנען אַ קלאַס וועגן דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור.

אחרון אחרון חבֿיבֿ וועט דער פּאָפּולערער שרײַבער און ראָמאַניסט ד״ר מײַקל וועקס לערנען דעם קלאַס „עס נישט די חלה פֿאַר המוציא‟ וועגן ייִדישע אידיאָמען, ווערטלעך און שפּריכווערטער.

די קלאַסן וועלן זיך אָנהייבן אין מאַרץ און אָנגיין ביז יוני. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/online-yiddish-class-descriptions/.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.