אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־שטודיעס אין טשערנאָוויץ

International Yiddish Studies Conference in Czernowitz

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published January 30, 2018, issue of October 27, 2017.

כּדי צו פּראַווען 110 יאָר זינט דער באַרימטער „טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ‟, אויף וועלכער מע האָט באַצייכנט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און בשעת־מעשׂה לאַנצירט די מאָדערנע ייִדישיסטישע באַוועגונג, אָרדנט מען אין דער זעלביקער שטאָט איצט אײַן אַ ריזיקע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדיש־שטודיעס.

די קאָנפֿערענץ איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים; דעם „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדיש בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס אין ווילנע‟; דעם „צענטער פֿאַרן פֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן בײַם מלוכישן אוניווערסיטעט ׳קייוו מאָהילאַ־אַקאַדעמיע׳‟ און דעם „טשערנאָוויצער מלוכישן אוניווערסיטעט‟. פֿינאַנציעלע שטיצע איז אויך געקומען פֿון דער טשערנאָוויצער מוניציפּאַליטעט און דעם „טשערנאָוויצער מוזיי פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון די בוקאָווינער ייִדן‟. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען פֿונעם 6טן ביזן 10ן אויגוסט 2018.

די אָרגאַניזירער בעטן, אַז פֿאָרשער וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין דער קאָנפֿערענץ זאָלן אַרײַנשיקן אַ קיצור פֿון זייער רעפֿעראַט ביזן 20סטן מײַ. מע וועט דעקן אַ טייל פֿון די פֿאָר־הוצאות פֿון יעדן אָנטיילנעמער. רעפֿעראַטן וועט מען קענען האַלטן אויף ייִדיש, ענגליש, אוקראַיִניש אָדער רוסיש. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען אָרגאַניזירן רײַזעס איבער די אָרטיקע אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך.

די אָרגאַניזירער לייגן פֿאָר אַ גרויסן אויסקלײַב פֿון מעגלעכע טעמעס פֿאַר די רעפֿעראַטן, צווישן זיי:

1) די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער, קינאָ און פּרעסע זינט 1908.

2) די ענדערונגען אינעם סטאַטוס פֿון ייִדיש זינט 1908.

3) טעמעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער לינגוויסטיק און פֿילאָלאָגיע (וואָרטבאַשטאַנד, פֿראַזעאָלאָגיע, שפּראַך־נאָרמירונג, אויסלייג, קאָמפּיוטער־לינגוויסטיק).

4) די הויפּטצענטערס פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג אינעם 20סטן יאָרהונדערט אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, פּוילן, פֿ׳׳ש און ישׂראל.

5) ייִדיש אין טשערנאָוויץ. די אָרטיקע שול־פֿאַראיין. בוקאָווינער שרײַבער.

6) ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך אין דעם 21סטן יאָרהונדערט. ייִדיש און די מאָדערנע מאַסן־מעדיע.

7) וויכטיקסטע ייִדיש פֿאָרש־פּראָיעקטן זינט 1908 (ווערטערביכער, גראַמאַטיקעס, באַשרײַבונגען פֿון דיאַלעקטן, ליטעראַרישע פֿאָרשונגען, ביבליאָגראַפֿיעס).

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער אַרײַנצושיקן אַ קיצור שרײַבט: wmoskovich@gmail.com.