שמועס צווישן רות ביידער־גינזבערג און דזשיין אײַזנער וועט טראַנמסיטירט ווערן

Conversation Between Ruth Bader Ginsburg and Jane Eisner To Be Livestreamed

WIKIMEDIA

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published January 31, 2018.

דזשיין אײַזנער, די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם Forward, וועט דאָנערשטיק דעם ערשטן פֿעברואַר האַלטן אַן עפֿנטלעכן שמועס מיט דער ריכטערין פֿונעם העכסטן אַמעריקאַנער געריכט, רות ביידער־גינזבערג, בײַ דער שיל „עדת ישׂראל‟ אין וואַשינגטאָן.

אין דעם שמועס וועט מען אַרומרעדן דער ריכטערינס מיינונגען וועגן דער באַציִונג צווישן ייִדישקייט, דער מעדיע און דער אַמעריקאַנער יוסטיץ־סיסטעם. כאָטש די פּראָגראַם איז שוין פֿון לאַנג אויספֿאַרקויפֿט, קען מען זי זען דירעקט פֿון וואַשינגטאָן אויף „פֿייסבוק‟ דאָ: https://www.facebook.com/events/585529755112352/. די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט.

רות ביידער־גינזבערג דינט שוין 25 יאָר אויפֿן העכסטן געריכט און ווערט באַטראַכט ווי איינער פֿון די גאונים פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער יוריספּרודענץ. זי איז באַרימט פֿאַר אירע ענטפֿערס אויף פֿאַרשידענע לעגאַלע פּסקים, בפֿרט ווען זי איז דווקא ניט מסכּים מיטן באַשלוס פֿון אירע קאָלעגן. איידער זי איז אַליין געוואָרן אַ ריכטערין, האָט זי נישט איין מאָל עדות געזאָגט ווי אַן אַדוואָקאַט בײַם העכסטן געריכט אין לעגאַלע פּראָצעסן וואָס שייך די רעכט פֿון פֿרויען.

ביידער־גינזבערג איז לעצטנס געווען אין דער נײַעס ווײַל זי האָט באַשלאָסן ניט צו פֿאָרן אויף פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּס „רעדע וועגן דעם מצבֿ פֿון דער מלוכה‟. צוליב דעם וואָס זי לײַדט לאַנגע יאָרן פֿון ערנסטע געזונט־פּראָבלעמען, טענהן אויף „טוויטער‟ אַ ריי רעפּובליקאַנער פּאָליטיקער אַז זי איז אפֿשר ניט געזונט און וועט דערפֿאַר דאַרפֿן באַלד דעמיסיאָנירן. דעם פֿאַקט וואָס זי איז ניט געקומען אויף טראָמפּס רעדע האָבן אַזעלכע קריטיקער אָפּגעטײַטשט ווי אַ באַווײַז אַז זי איז קראַנק, ווײַל ס׳איז כּמעט אומגעהערט אַז אַ מיטגליד פֿונעם העכסטן געריכט זאָל ניט פֿאָרן אויף אַזאַ וויכטיקער רעדע. חבֿרים אירע גיבן אָבער איבער, אַז איר איז פּשוט נימאס געוואָרן פֿון הערן ווי טראָמפּ רעדט.

צוליב דעם וואָס איר שמועס מיט דזשיין אײַזנער וועט זײַן איר ערשטער עפֿנטלעכער אויפֿטריט נאָך טראָמפּס רעדע, וועלן אַ סך מענטשן קוקן כּדי צו זען ווי זי זעט אויס. אויב גינזבערג דאַרף דעמיסיאָנירן בעת דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע, וועלן די רעפּובליקאַנער קענען דערפֿאַר באַשטעטיקן אַ קאָנסערוואַטיוון ריכטער, וואָס זיי האָפֿן וועט פֿאַרווערן אַבאָרט און בײַטן אַ סך אַנדערע געזעצן אויף אַן אופֿן, וואָס וועט ניט געפֿעלן די פּראָגרעסיוו־געשטימטע אַמעריקאַנער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.