בראָנקסער רעפֿעראַט: דער בעסטער אופֿן צו לערנען אַ שפּראַך

Bronx Lecture: The Best Way to Learn a Language

יאַנקל־פּרץ בלום לערנט ייִדיש אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟
יאַנקל־פּרץ בלום לערנט ייִדיש אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 07, 2018.

בײַם „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס, נ״י וועט מען קענען הערן אַ רעפֿעראַט פֿון יאַנקל־פּרץ בלום וועגן דער שפּראַך־פּעדאַגאָגיק און די טעאָריעס וועגן דעם, וואָס איז דער בעסטער אופֿן זיך אויסצולערנען אַ שפּראַך.

אַזוי ווי אַלע אַקאַדעמישע געביטן מאַכט די וועלט פֿון לינגוויסטיק דורך אַ סעריע רעוואָלוציעס אַ דאַנק דער נײַער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע. יאַנקל פּרץ־בלום, אַ לינגוויסט און ייִדיש־לערער וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָרן לאַנג מיט דער קאָמפּיוטער־לינגוויסטיק, אַרבעט בײַם שפּיץ פֿון עטלעכע פֿון זיי.

ווי אַן עקספּערט פֿון שפּראַך־פּעדאַגאָגיק אַרבעט ער פֿאַר דער וועבזײַט „ייִדישפּאָפּ‟, וואָס לערנט ייִדיש דורך אַנימירטע פֿילמען. ער האָט אויך אויסגעפֿאָרשט די אופֿנים ווי אַזוי חסידישע קינדער אין ניו־יאָרק לערנען זיך אויס ייִדיש און ענגליש און ווי אַזוי זייערע שפּראַך־קענטענישן פֿאַרגלײַכן זיך מיט די קינדער פֿון אַנדערע צוויי־שפּראַכיקע ציבורים. ער איז אויך שטאַרק אַקטיוו אין דער סבֿיבֿה פֿון „יוטוב־פּאָליגלאָטן‟ — אַ סובקולטור פֿון שפּראַך־ענטוזיאַסטן וואָס פּרובירן זיך אויסצולערנען אַזוי פֿיל שפּראַכן ווי מעגלעך (יאַנקל־פּרץ בלום קען אַליין רעדן אַרום 10 שפּראַכן).

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 18טן פֿעברואַר, 1:30 נאָך מיטאָג. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 917-930-0295. נאָכן רעפֿעראַט וועט מען הערן קלעזמער־מוזיק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.