פֿאַר וואָס זענען מיצוות וועגן שקלאַפֿערײַ נאָך רעלעוואַנט?

How Are the Laws of Slavery Still Relevant?

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 08, 2018.

נאָך דער קבלת־התּורה אויפֿן באַרג סיני, האָט דער אייבערשטער געגעבן משה רבינו אַ גאַנצע סעריע מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן, ווי מיר וואָלטן הײַנט געזאָגט, מיטן באַשטראָפֿן קרימינעלע פֿאַרברעכנס און אויסגלײַכן ציווילע סיכסוכים. צוליב דעם הייסט אונדזער פּרשה „משפּטים‟.

פֿאַרשטייט זיך, דאַרפֿן די ריכטער זײַן אָביעקטיווע יושרדיקע לײַט; דערפֿאַר ווערט אין אונדזער סדרה אויך דערקלערט, ווי אַזוי מע זאָל אויסקלײַבן די דיינים און ווי אַזוי זיי זאָלן זיך אויפֿפֿירן. אויפֿן ערשטן בליק, קלינגען די געזעצן נאָך אַלץ אַקטועל. למשל, מערדער, פֿאַרכאַפּער, רויבער און גנבֿים מוזן באַשטראָפֿט ווערן. טאָמער עמעצער צעשעדיקט דאָס הויז פֿון זײַן שכן, און דער היזק איז געווען אַ בכּיוונדיקער אָדער צוליב אומאַחריות, מוז ער אָפּצאָלן אַ קאָמפּענסאַציע. די הלכות, וואָס די חז״ל פֿירן אויס פֿון אונדזער פּרשה, ציִען דעם אויפֿמערק פֿון די הײַנטיקע עקאָנאָמיסטן און פּראָפֿעסאָרן פֿון יוריספּרודענץ, ווײַל אין דער תּורה און די שײַכותדיקע גמרא־סוגיות ווערן דערמאָנט גאַנץ אינטערעסאַנטע פּרעצעדענטן, וואָס קאָנען פֿאַרחידושן אַפֿילו אַ געניטן אַדוואָקאַט.

פֿון דער אַנדערער זײַט, ווען מיר לייענען איבער די פּרשה, קאָן זיך שאַפֿן אַ געפֿיל פֿון טיפֿער אַלטמאָדישקייט. די ערשטע מיצווה, וואָס ווערט באַהאַנדלט גלײַך אינעם צווייטן פּסוק, האָט צו טאָן מיט ייִדישע שקלאַפֿן; די תּורה זאָגט אָן זיי מענטשלעך צו באַהאַנדלען. צווישן אַנדערע ענינים, שטייט געשריבן, ווי אַזוי דער בעל־הבית זאָל מענטשלעך באַהאַנדלען זײַן באַדינערין, אויב איר טאַטע האָט זי פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַפֿין.

אין דער תּקופֿה, ווען די תּורה איז געגעבן געוואָרן, האָבן די בעלי־בתּים זיך באַצויגן צו זייערע שקלאַפֿן שרעקלעך אַכזריותדיק. אין דער תּורה — מעגלעך, צום ערשטן מאָל אין דער וועלט — באַקומען די שקלאַפֿן ממשותדיקע מענטשלעכע רעכט. מיט 3,000 יאָר צוריק איז עס זיכער געווען אַ גרויסער פּראָגרעסיווער שריט. אין אונדזער צײַט קלינגען אָבער געוויסע משפּטים אין אונדזער פּרשה בלויז ווי אַ פּרוּוו – ווי געזאָגט, גאָר אַ וויכטיקער פֿונעם היסטאָרישן קוקווינקל — צו מינימאַליזירן דעם אומיושר פֿון שקלאַפֿערײַ.

עטלעכע מאָל האָב איך געהערט פֿון באַקאַנטע מגידי־שיעור און געלייענט אַרטיקלען פֿון רבנים, וואָס פֿאַרטיידיקן טעאָרעטיש די שקלאַפֿערײַ און גלייבן אַפֿילו, אַז משיחס צײַטן וועט אײַנפֿירן ווידער אַלע מיצוות אין אונדזער פּרשה, אַרײַנגערעכנט די טויטשטראָפֿן פֿאַרן שעלטן אָדער געבן אַ פּאַטש טאַטע־מאַמע. אַזאַ קוק אויף דער משיחישער תּקופֿה איז טאַקע באַקאַנט; למשל, דער רמב״ם האָט אויך אַזוי געהאַלטן.

מיר גלייבן אָבער דאָך אַז אין דער משיחישער תּקופֿה וועט הערשן שלום און יושר. דער געוויינטלעכער תּירוץ, וואָס די הײַנטיקע רבנים גיבן דערויף, איז אַז דעמאָלט וועט קיינער נישט זינדיקן, דערפֿאַר וועט דער סנהדרין אויספֿירן בלויז אַ סימבאָלישע פֿונקציע. דער דאָזיקער תּירוץ קלינגט אָבער — זאָלן די חשובֿע רבנים מיר מוחל זײַן — צווייפֿלהאַפֿטיק און דעמאַגאָגיש.

אין די קלאַסישע ספֿרי־חסידות געפֿינען מיר גאָר אַן אַנדער צוגאַנג, וואָס פֿאַרענטפֿערט די קשיא. די תּורה בלײַבט אייביק אַקטועל, ווײַל אין אַלע אירע עצות שטעקן כּלערליי שיכטן פֿונעם אינערלעכן באַדײַט. אַ סך גרויסע חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז אין משיחס צײַטן וועלן די פֿיזישע מיצוות אין זייער איצטיקער פֿאָרעם בכלל בטל ווערן, אָדער זיך ראַדיקאַל בײַטן. הגם דער רמב״ם האָט בפֿירוש נישט מסכּים געווען מיט אַזאַ דעה, איז זי פֿעסט באַגרינדעט אויף אַ גאַנצער ריי מאמרי־חז״ל. פֿאָרט, בלײַבן אַלע מיצוות אייביק אַקטועל אינעם רוחניותדיקן זין.

די תּורה זאָגט, אַז אונדזער יצר־הרע דאַרפֿן מיר שטרעבן צו פֿאַרשקלאַפֿן, אָבער מיר מוזן זיך באַציִען מענטשלעך צו אונדזער אינערלעכן שקלאַף. געוויסע צדיקים האָבן געפֿאַסט גאַנצע טעג און געמוטשעט זייער גוף אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. פֿאַר אַ דורכשניטלעכן מענטש איז אַזאַ עבֿודה שעדלעך. האַלט אײַער יצר־הרע פֿאַרשקלאַפֿט, אָבער מוטשעט אים נישט, עצהט אונדז די תּורה.

אויב אַ בעל־הבית פֿון אַ פֿירמע באַציט זיך אומיורשדיק און גראָב צו זײַנע אַרבעטער, זאָל ער זיך פֿאַרטראַכטן, אַז אַפֿילו עכטע שקלאַפֿן, ווען שקלאַפֿערײַ איז געווען געזעצלעך, האָט די תּורה־הקדושה געהייסן צו באַהאַנדלען מענטשלעך און מיט ליבשאַפֿט.

אויב עמעצער שעלט און גיט אַ קלאַפּ, חלילה, זײַנע טאַטע־מאַטע, זאָל ער איבערלייענען די הײַנטיקע פּרשה און זיך פֿאַרטראַכטן, אַז ס׳איז אַמאָל געווען אַ צײַט, ווען על־פּי תּורה וואָלט מען פֿאַר אַזאַ עוולה דערהרגעט דעם זינדיקן. אויף ענלעכע און נאָך טיפֿערע אופֿנים קאָן מען פֿאַרשטיין די גאַנצע פּרשה, דורכפֿירנדיק כּסדר אַ משפּט איבער זיך אַליין.

אין מיטן דער סדרה שטייט געשריבן: „ועבֿדתּם את ה׳ אלוקיכם‟ — דינט דעם אייבערשטן און ער וועט בענטשן דײַן ברויט און אָפּהיטן דיך פֿון מחלות. לויט אונדזער מסורה, גייט דאָ אַ רייד וועגן דעם ענין פֿון תּפֿילה. פֿאַרוואָס ווערט אַזאַ מיצווה, דווקא אַ ריין רוחניותדיקע, איבערגעציילט אין אונדזער סדרה צווישן די גאַנץ גשמיותדיקע משפּטים?

מעגלעך, דעם בעסטן ענטפֿער אויף דער־אָ פֿראַגע גיט אונדז רבי נחמן בראַצלעווער. ער באַטאָנט כּסדר, אַז משיח וועט ברענגען דעם תּיקון־עולם און געטלעכע אַנטפּלעקונג אָן קיין גוואַלד־מיטלען, נאָר מיטן כּוח פֿון זײַן תּפֿילה.

רבי נחמן פֿאַרטיפֿט זיך כּסדר אינעם דאָזיקן ענין, באַזונדערס גוט דערקלערט אין די ספֿרים פֿון זײַן עיקר־תּלמיד, רב נתן. ביסלעכווײַז ווערט דאָס משיחישע ליכט שוין אַנטפּלעקט אין דער וועלט, דערפֿאַר איז גאָר וויכטיק פֿאַר אונדז צו פֿאַרוואַנדלען די תּורות אין תּפֿילות. למשל, די גשמיותדיקע געזעצן אין אונדזער פּרשה קאָנען מיר טראַנספֿאָרמירן אין אַ דיאַלאָג מיטן רבונו־של־עולם.

אַז מיר לייענען וועגן שקלאַפֿערײַ, מאָרד, רויבערײַ, פֿאַרכאַפּונג, זאָלן מיר זוכן אין זיך די קערנדלעך פֿון די דאָזיקע עוולות און בעטן דעם באַשעפֿער פֿון זיי פּטור צו ווערן. אין יעדן מענטש — סײַדן ער אָדער זי איז אַ גרויסער צדיק צי צדיקת — באַהאַלטן זיך גאָר פֿינצטערע אינסטינקן. טראַכט וועגן דעם, רעדט צום באַשעפֿער מיט אַ פֿרײַען שטראָם פֿון אײַערע אייגענע ווערטער — און אַזוי אַרום קאָנט איר זיך באַטייליקן אינעם שאַפֿן אַ וועלט, וווּ אַנשטאָט משפּטים און עונשים וועלן מענטשן לעבן בשלום צוזאַמען.

הגם דאָס קאָן קלינגען ווי אַן אידעאַליסטישע אילוזיע פֿון די אַמעריקאַנער 1960ער, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז רבי נחמן האָט געלעבט אין אַ גורלדיקער צײַט, ווען די גאַנצע וועלט האָט זיך אָנגעהויבן ראַדיקאַל בײַטן. געבוירן אין 1772, איז ער געווען אַ מיטצײַטלער פֿון דער פֿראַנצויזישער און טיילווײַז אַמעריקאַנער רעוואָלוציע. פּונקט דעמאָלט האָט די וועלט אָנגעהויבן ערנסט טראַכטן, אַז ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, באַגרינדעט אויף — אַנשטאָט האַרבע עונשים — גײַסטיקער אויפֿקלערונג און ברודערשאַפֿט.

צום באַדויערן, האָבן דעם דאָזיקן ליכטיקן געדאַנק באַגלייט נײַע כוואַליעס פֿון גוואַלד. אַנשטאָט צו פֿאַרוואַנדלען „תּורות אין תּפֿילות‟ און צו מישפּטן זיך אַליין אין האַרצן, האָט מען געהאָפֿט צו פֿאַרבעסערן די וועלט דורך מאַטעריאַליסטישע השׂכּלה־געדאַנקען — צומאָל טאַקע געראָטענע, און צומאָל אַכזריותדיקע און דעסטרוקטיווע. אַזוי צי אַזוי, האָבן רבי נחמן און אַנדערע צדיקים דערשפּירט, אַז די וועלט בײַט זיך, און געוויזן, ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די „אַלטמאָדישע‟ עלעמענטן אין דער תּורה: גריבלט זיך אין די פֿינצטערע ווינקלעך פֿון אײַער נשמה און פֿאַרוואַנדלט זיי אין תּפֿילות אָדער מעדיטאַציעס – וועט איר דערנענטערן די וועט כאָטש אַ טראָט צו דער גאולה.